היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » היינט און ערב יו"ט: מאנסי: פאליציי טיילט טיקעטס אין גרויסן

היינט און ערב יו"ט: מאנסי: פאליציי טיילט טיקעטס אין גרויסן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2284987

צודערזאך » 25/9/2007 16:51

די פאליציי אין מאנסי האבן פון היינט פארטאג'ס באלאגערט די שטאט, יעדע צווייטע גאס זענען זיי אריינגעפארקט אין געסעלעך, ובפרט RT 59, MAIN ST און זיי שטעלן  אפ אונזערע אידעלעך פאר קלייניקייטן.

מיין חבר וואס האט יעצט באקומען א טיקעט, זאגט מיר אז דער פאליסמאן האט אים געזאגט אז היינט (יום ג') און מארגן וועלן זיי דאס טון, ווייל ס'איז נישט הפקר וועלט.

זיי צילן אויף די זאכן:

שלעפן זאכן וואס שטעקן זיך ארויס פון די קאר, 2X4 ברעטער / שלאק (מעגליך פאר לאנגע לולבים אויך..)

סיט בעלט'ס

קינדער און קאר - אויב זיי זענען צוגעבינדן לויטן געזעץ.

STOP סיין.

זייט געווארנט, און האטס א פרייליכן יו"ט.

אינטערסאנט » 25/9/2007 18:43

איך האב באקומען א מעסידש אז אין קרית יואל שטייען זיי אויך
פריער זענען זיי געשטאנען נעבן מאמבאשא