מהערט אסאך רעדן וועגן די נאציס אין אמעריקע, אבער סאיז שרעקעדיג זיך צו טרעפן מיט זיי פנים אל פנים.
נאר צו טראכטן וואס יענער וואלט מיט דיר געטון אויב ער טרעפט דיך אליין אין א טונקעלע גאס.
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=11446א שרעק.
וואו איז דאס פארגעקומען?
איך האב געמיינט אז העצן קעגן אנדערע ברבים איז אומעגעזעצליך?
לגבי טראכטן וואס יענער וואלט געטוען מיט מיר, וויל איך ענדערשט טראכטן פון א א כאפצעם איבער איינעם פון זיי אין א פארשטופט וויליאמסברוגער געסעל!
דאס דארף נעמען א סוף איינמאל פאר אלעמאל,
אז אזעליכע זאכען קענען זיך אפשפילן לעיני השמש ואין פוצה פה ומצפצף שטייען מיר מיט קיין האר נישט בעסער ווי אין דייטשלאנד אנדערטהאלבן יאר פאר'ן קריג,
טרייבט נישט איבער. אודאי איז גאר אומבא'טעמ'ט צו הערן אזוינע שוידערליכע העצערישע ווערטער נאכדערצו בריש גלי, אבער פארגלייכן ביז אנדערטהאלבן יאר פאר די קריג?
דייטשלאנד פאר די קריג איז געווען מיטן פנים צו דער ערד, דער דייטשער שטאלץ האט דיקטירט אז דער שולדיגער מוז געטראפן ווערן, און קיין דייטש קען דאס דאך נישט זיין, דערפאר האבן היטלער ימ"ש'ס ווערטער געפונען אן אוזן קשבת.
1) דא אין אמעריקע איז דער מצב ווייט נישט אזוי געפאלן אז מענטשן זאלן זיך אנכאפן אין א שטרוי. 2) עקסטרעמיסטן זענען דא אלעמאל און איבעראל, די לעגיטימיטעט וואס איז געווען אין נאצי דייטשלאנד פאר די סארט העצע עקזיסטירט נישט ב"ה אין אמעריקע (נישט אז ס'איז אוממעגליך, אבער עס וועט מוזן נעמען צענדליגער יארן פון וויסטער איינזייטיגער העצע אז דער דעת הקהל זאל זיך אזוי שטארק איבערדרייען. 3) די טאלעראציע פון יענע יארן איז געווען בעפאר ס'איז געווען א האלאקאוסט, היינט האלט מען שוין דערנאך.
אודאי דארף מען יעדע רגע רחמי שמים, קיין שום איד איז אין ערגעץ נישט פארזיכערט, בפרט פון איינצעלנע אנטיסעמיטישע אטאקעס, אבער ס'האט קיין זין צו ווערן אזוי איבערגענומען פון אפאר משוגעים וואס העצן און זידלען אין די וועלט אריין, אפילו אויב דעמאקראטיע שטעלט זיי צו א העסליכע פלאטפארמע.
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
שולדיג אין אלעם זענען נאר די ציונים ימח שמם