היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מזל טוב: עזרא פריעדלענדער איז א חתן

מזל טוב: עזרא פריעדלענדער איז א חתן

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2284121

דערסיגעטער » 24/9/2007 04:47

דער באקאנטער עסקן און בנן של קדושים, הרב עזרא פרידלענדער נ"י, א זון פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, איז א חתן געווארן מיט א מיידל פון א חשובע משפחה
עזרא פריעדלענדער איז באקאנט אין די גאנצע חסידישע ניו יארק אלס איינער פון די גרויסע עסקנים, ער האט אן אפענע טיר ביי אלע גרויסע פאליטישאנס, און היינט פירט ער אן די פריעדלאנדער גרופ
ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס געהילף צו מארק גרין, געוועזענער פאבליק אדוואקאט וועלכער איז געלאפן פאר מעיאר און פארלוירן. היינט צו טאג האט ער קאנטאקטן אין אלע פאליטישע קארידארן, לאקאל, סטעיט ביז וואשינגטאן, און אויך אין ווייסן הויז
עזרא, אלס בנש"ק, טוט אויך אסאך למען קדשי בית ליסקא. ער ארגאניזירט יערליך א נסיעה צום ציון פון זקינו הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, ווי אויך יארצייט סעודות ביי זיין פאטער שליט"א אין בימ"ד. ער איז א ווארעמער חסידישער בחור
זיין שמחה איז א שמחה פאר די גאנצע חסידישע ניו יארק, און אויך פארן אלוועלטליכן חסידישן אידענטום, אנגעהויבן פון סאטמאר און געענדיגט ביי בעלזא

אגודיסט » 24/9/2007 04:53

מזל טוב טאקע א שמחה - ווער עס קען ר' עזרא ווייסט אז ער איז א טייערע נשמה - מזל טוב עזרא דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט בויען א לעכטיגן שטוב און זאלסט שטענדיג וויסן נאר פון גוטס

_________________

דערסיגעטער » 24/9/2007 05:36

[בילד – נישט אפגעהיט]

אגודיסט » 27/11/2007 21:20

מארגען יום ד' פרשת וישב וועט פארקומען די גרויסע חתונה פון עזרא און די רענענסאנס זאל און בארא פארק
בשעטומ"צ