היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די "הכשר" פון "התאחדות הרבנים"

די "הכשר" פון "התאחדות הרבנים"

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2284073

שקל_שלם » 24/9/2007 00:46

אין קרית יואל איז היי יאר אנגעקומען עמיצער פון א מאנסי מיט א טראק וואס פארקויפט מאראקא אתרוגים אויפן פארקינג לאט קעגן איבער די ביהמ"ד, פאר ארום 25$ א אתרוג. ער האט גאנץ שיינע סחורה.

ער דערציילט אז פאריאר האט ער גענומען א הכשר פון התאחדות הרבנים, אבער "קיינער פון התאחדות איז קיינמאל נישט אראפגעקומען זען מיין פלאץ , מיין סחורה, אדער פון וואו און וויאזוי איך האב געשניטן". האט ער באשלאסן אז היי יאר וועט ער זיך איינשפארן די 500$, אויב התאחדות טראסט אים דורכן טעלעפאן, פארוואס זאל נישט יעדער פריוואטער מענטש אים קענען טראסטן? העכסטנס אויב ספעלט אויס וועט ער צושטעלן א טעלעפאן נאמבער וואו יענער זאל אים קענען קאלן.

[נישט ווייל איך האלט אז אתרוגים דארפן נישט קיין הכשר. אפילו מאראקא איז שוין דא היינט מורכבים, סטוט נאר וויי צו זען ווי שטארק די התאחדות הכשר איז געפאלן].

kleinekup » 24/9/2007 02:15

וועמען טוט עס וויי?

דיר?  אדער היסאכדעס?

ארגינעלער » 25/9/2007 20:40

איך ווייס נישט וואס ענק פלאפלען דא, איך האב היינט צופרי געזען דעם טראק, ער האט א ריזיגע סיין "בהשגחת התאחדות הרבנים".

חכםאיינער » 25/9/2007 23:15

טאקע פון דעם רעדן מיר,
ער זאגט אז פאראיאר צירוק האט ער געהאט סיי די סיין און סיי די הכשר, און קיינער איז נישט געקימען קוקען פונעם שניידן ביזן פארקויפן,
האט ער היי יאר נאר גענימען די סיין און איבער געלאזט די הכשר פון התאחדות פאר ווער עס נויטיגט זיך דערין,