אנרגיה
איך זעה דו קענסט דיך נישט קיין עצה געבן יא קלעפ נישט רעכטן.
לאמיך דיר מסביר זיין ווער די חברה זענען
דאס זענען פוסטע ליידיגייער מיט אסאך צייט וואס זיכען א CAUSE מיט וואס אנצופילען זייער צייט
און צוגאב האבן זיי אויך א שטארקע תאווה ארויף צו צווינגען זייערע מיינונגען אויף אנדערע וואס האלטן בכלל נישט ווי זיי, זיי טוען דאס מיט אלע לעגאלע ווי אויך נישט לעגאלע וועגן.
ווען סאיז זיי איינגעפאלען אז מטאר נישט גיין קיין פעלצן פון חיות זענען זיי ארום געלאפן מיט רויטע פעינט אין אנגעשפריצט ווער סהאט זיי נישט געפאהלען.
די קאמפיינס קעגען די שחיטה פון רובאשקין איז נישט געוועהן אויך א לעגאלן אופן, אויסנוצנדיג געפיהל פון מענטשן ווי כאילו די בהמות לעבן נאך אין האבן יסודים, ווען יעדער וואס האט א ביסל א ידיעה אין די ענינים ווייסט אז נאכדעם ווי משניידט אפ דעם בלוט צום מוח פארלירט דען מוח אלע פונקציעס.
זיי זענען אויך לוחם קעגעם נוצען בעלי חיים פאר מעדיצינישע עקספערימענטן וואס שאדט פאר לעבנסוויכטיגע מעדיקאמענטן פון ווערן ענטוויקלט.
זיי זענען בכלל קעגן דעהם אז א מענטש האט א רעכט זיך צו באנוצען מיט בעלי חיים, ובכלל זה צו עסען פלייש. זייער האבן נישט קיין שום לאגיק אין זייער התנהגות.
ממה נפשך. איז דער מענטש דער תכלית הבריאה אדער מובחר הבריאה ווי מיר האלטן אדער לכה"פ א העכערע סארט בריאה, האט ער דאך א רעכט צו באנוצען מיט אלע ברואים לצרכיו.
אלא מאי האלטן זיי אז א מענטש איז נישט מעהר ווי א פשוטע קלוגערע חיה (עפ"ל) איז עס דאך א נאטירליכע געזעץ אין די וועלט אז די שטערקערע חיות עסען די שוואכערע.
זענען זיי אמאהל געגאנגען אין דשאנגל צו שטערן די לייבן זיי זאלען ניט אויפעסען די הערשן? צו די גרויסע פיש זאלען נישט איינשלונגען די קליינע? זיי וואלטן דאך געדארפט זעהן צו פארטיליגען אלע וואלפיש (SHARKS) ווי אויך אלע רויב פויגל אין אנדערע חיות טורפות.
דערווייל זענען רוב פון די לייט די גרויסע לוחמים פאר נאטירליכע קאנזערוואציע, נאר אויפן מענטש האבן זיי זיך פארלייגט אז ער טאהר נישט עסען קיין פלייש.
איך שרייב דאס כלפי די וואס טראכן אז זיי האבן בכלל עפעס איין אידיאלאגיע. חוץ שטערן אנדערע מענטשן ובפרטן גזירות אויף אונזער שחיטה אין מילה, גייט זיי גארנישט אהן.
צו דערמאנען א די דייטשן אין אוישוויץ זענען געוועהן שטארקע צער בעלי חיים ניקעס.
ווי שנעלער מגעט זיי צו פארשטיין בכל לשון שאתה שומע אז זייער פלאץ איז נישט דא, אלץ געזונטער, בעפאר זיי נעמען זיך צו אונזער שטריימלעך...
געדאנקען
לשיטתך זעהט אויס אז אפילו ווען חז"ל וואלטן געוואסט אז סגייט נחרב ווערן דער חורבן ביהמ"ק וואלטן זיי אויך אזוי געהאנדלט. אבי סזאל נישט זיין: יאמרו
זאג דעם רבין וואס האט דיך געלערנט אזא דרך הלימוד אז ער וואלט זעהר גוט געוועהן צו דרייון א קאר סערוויס, ער איז בקי אין אלע קרומע וועגען.
(6) ספר מסילת ישרים - פרק כ
וְהִנֵּה מַה שֶּׁצָּרִיךְ לְהָבִין הוּא, כִּי אֵין לָדוּן דִּבְרֵי הַחֲסִידוּת עַל מַרְאֵיהֶן הָרִאשׁוֹן, אֶלָּא צָרִיךְ לְעַיֵּן וּלְהִתְבּוֹנֵן עַד הֵיכָן תּוֹלְדוֹת הַמַּעֲשֶׂה מַגִּיעוֹת, כִּי לִפְעָמִים הַמַּעֲשֶׂה בְעַצְמוֹ יֵרָאֶה טוֹב, וּלְפִי שֶׁהַתּוֹלָדוֹת רָעוֹת יִתְחַיֵּב לְהַנִּיחוֹ. וְאִם יַעֲשֶׂה אוֹתוֹ יִהְיֶה חוֹטֵא וְלֹא חָסִיד:
הִנֵּה מַעֲשֵׂה גְדַלְיָה בֶּן אֲחִיקָם (ירמיה מ) גָּלוּי לְעֵינֵינוּ שֶׁמִּפְּנֵי רֹב חֲסִידוּתוֹ שֶׁלֹּא לָדוּן אֶת יִשְׁמָעֵאל לְכַף חוֹבָה אוֹ שֶׁלֹּא לְקַבֵּל לָשׁוֹן - הָרָע אָמַר לְיוֹחָנָן בֶּן קָרֵחַ, "שֶׁקֶר אַתָּה דוֹבֵר עַל יִשְׁמָעֵאל", וּמַה גָּרַם? גָּרַם שֶׁמֵּת הוּא וְנִפְזְרוּ יִשְׂרָאֵל וְכָבָה גַחַלְתָּם הַנִּשְׁאָרָה. וּכְבָר יִחֵס הַכָּתוּב אֵלָיו הֲרִיגַת אֲנָשִׁים אֲשֶׁר נֶהֶרְגוּ כְּאִלּוּ הֲרָגָם הוּא, וּכְמַאֲמָרָם זַ"ל (נדה סא) עַל פָּסוּק "אֶת כָּל פִּגְרֵי הָאֲנָשִׁים אֲשֶׁר הִכָּה בְּיַד גְּדַלְיָהוּ" (ירמיהו מא). וְהַבַּיִת הַשֵּׁנִי גַם הוּא חָרַב עַל יְדֵי חֲסִידוּת כָּזֶה אֲשֶׁר לֹא נִשְׁקַל בְּמִשְׁקַל צֶדֶק. בְּמַעֲשֵׂה דְבַר קַמְצָא (גיטין נו) אָמְרוּ, "סָבוּר רַבָּנָן לְקָרוּבֵהּ, אָמַר לָהֶם רַבִּי זְכַרְיָה בֶּן אַבְקוֹלַס, יֹאמְרוּ 'בַּעֲלֵי מוּמִין קְרֵבִין לְגַבֵּי מִזְבֵּחַ', סָבוּר לְמִקְטְלֵהּ, אָמַר לָהֶם רַבִּי זְכַרְיָה בֶּן אַבְקוֹלַס, יֹאמְרוּ 'מַטִּיל מוּם בַּקָּדָשִׁים יֵהָרֵג'. בֵּין כָּךְ וּבֵין כָּךְ הָלַךְ אוֹתוֹ רָשָׁע וְהִלְשִׁין אֶת יִשְׂרָאֵל, בָּא הַקֵּיסָר וְהֶחֱרִיב יְרוּשָׁלַיִם. וְהוּא מַה שֶּׁאָמַר רַבִּי יוֹחָנָן עַל זֶה, "עַנְוְתָנוּתוֹ שֶׁל רַבִּי זְכַרְיָה הֶחֱרִיבָה אֶת בֵּיתֵנוּ וְשָׂרְפָה אֶת הֵיכָלֵנוּ וְהֶגְלַתְנוּ לְבֵין
הָאֻמּוֹת". הֲרֵי לְךָ שֶׁאֵין לָדוּן בַּחֲסִידוּת הַמַּעֲשֶׂה בַּאֲשֶׁר הוּא שָׁם לְבַד, אַךְ צָרִיךְ לִפְנוֹת כֹּה וָכֹה לְכָל הַצְּדָדִין שֶׁיּוּכַל שֵׂכֶל הָאָדָם לִרְאוֹת, עַד שֶׁיָּדוּן בֶּאֱמֶת אֵיזֶה יִכְשַׁר יוֹתֵר הָעֲשִׂיָּה אוֹ הַפְּרִישָׁה:
זיסקייט
דו שרייבסט זיי האבן ליעב חיות און בהמות, איך בין מסכים אבער מיט עטליכענע
זיי האבן ליעב זיך אליין
זיי פירען אויף ווי ווילדע חיות
בהמות זענען די וואס גלייבן זיי
האץ מיר אלע א געזונט יאהר