איך קען דאס נישט אויסהאלטן - וואס מיינס א חבר האט מיר היינט דערציילט מיט טרערן אין די אויגן - דער יונגערמאן וויל זיך מישען אין דעם עסק פון די ירושה צוליב זיין התקשרות צו מרן המהרנ"צ ז"ל, וואס מעומקא בליבא האלט ער אז מען דארף געבן פאר די קינדער פון מרן זצ"ל וועלכער האט מיט בלוט און שווייס אויפגעשטעלט באבוב לימין פון אביו רבינו זצ"ל,
אז איינע האט אים געווארענט, אז טאמער שרייבט ער נישט פאר 48, וועט ער איבערגעבן פאר די האויזינג דעפארטמענט, אז ער נעמט סעקשאן 8,
דער יונגערמאן מוטשעט זיך אין זיין ביזנעס אויף לחם לאכול און בגד ללבוש, און פארמאגט א גרויסע שטוב מיט קינדער, קען קומען איינער און ווארענען אוועק צונעמען פון אים און פון זיינע קינדער דאס ביסן פון מויל, און אחוץ דעם אריינצולייגען יענעם אין א וועסטיגעשאינס וואס קען דרויען תפיסה. שומו שמים.
ווער דארף חסידות!
ווער דארף טישן!
ווער דארף הקפות!
ווער דארף מצוה טענצלעך!
ווער דארף בעקעשיס מיט סטראקעס!
ווער דארף זילבערנע שטעקען!
ווער דארף גרויסע סוכות!
דאס איז דרך הבעש"ט?
דאס איז צאנז?
דאס איז באבוב?
אסאך יונגעלייט דערציילן וועגן די טעראר, ווי מען ווארענט זיי מיט פרנסות.
א יונגערמאן'ס ווייב האט א חסיד געשטראשעט אז טאמער איר מאן וועט נישט סיינען, וועט זי פארלירן איר דזשאב!
מען האט געווארנט מיט בויקאטן א יונגערמאן מיט א וויין געשעפט!
מען האט געווארנט יונגעלייט מיט קענסלען אינשורענס פאליסעס ביי זיי!
מען שטראשעט מיט אפהאקן ביזנעס קאנעקשאן!
מען רייצט אן עלטערן אויף קינדער!
די ליסטע איז צו ביטער, מעשיות איז דא ליידער אסאך!
אויף אזא שוידערליכע צוגאנג ווילען מיר בויען א חסידות מיט ערליכע דורות?
דאס הייסט התחדשות?
דאס הייסט מאנען תורה!
"אילו היה אבינו חיי היה מצטער!
_________________