פאר חינוך?
לאזט מיך הערן דעם דעת הקהל
_________________
Support our troops
100% ליידער זענען די ארטיקלען אין אסאך אידיש ליין מאטריאל זייער שרעקעדיג, למעשה זענען מיר אין א וועלט וואס מען האט בילדער פון אלעס, אין ארטיקלען ווערט גענומען פון די נעט וואס איז איבערגעטייטש פון א גוישען שרייבער, איך מיין אז עלטערע מענטשען קענען עס ליינען, אבער פאר קינדער איז שומר נפשו ירחיק מהם, עס קען לאזען א שווערען רושם פון פיל שלאפלאזע נעכט.
איך טוה אביסעל אין חינוך בעז"ה אין די מציאות איז.
אז א קינד ווערט געבוירען רייןמיט א לויטערען קאפ אין וועגען דעם איז עולם עומד על הבל פיהם של תשב"ר זיי זענען דאך אזוי הייליג ממש למעלה מהשגתינו.
נאר וואס דען יצר אדם רע מנעוריו זאגט די תורה הק' פון יונגוואגר אהן ארבעט דער בעל דבר שווער צו אטאקירען דאס ריין לעכטיג שעפעל מיט כל מיני בילדער אין ביכער וואס מיט דעם קומט אריין שלעכטער געדאנקען פאר'ן קינד, אזוי ווי מען זעהט ביי די גוישע וועלט להבדיל בין קודש לחול, ווי זיי שפילען קומפיוטער געימס וואס הרגענען אין שיסען מענשטען אין די באקומסט א גרויסען סקור ווי מער די לייגסט אוועק, די בליט גיסט זיך אויפ סקרין, עד כדי כך אז דער גויאיש אומשילדיג קינד קען גיין אויפ גאס אדער אין סקול אין שיסען די גאנצע קלאס אן קיין שום פחד און מורא ווייל ער טוהט עס שוין יארן לאנג אויף קומפיוטער וכדו.
אויף דעם קען מען זאגען ברוך אתה ד' כו' שלא עשנו גוי, בשמחה רבה ועצומה. טייערע הארציגער פריינד הי"ו, געדענקטס גיט במה יזכה נער את ארחו לשמו כדבריך, די בעסטע וועג איז די דרך התורה, אין די מיט דעם וועט מען אפגעהוטען ווערען פון די אלע שווערע פגעי ומכשילי הזמן.
א פרייליכען יום טוב.
נ.ב. אויב איר האט שאלות בעניני חינוך, עפענטס א נייע אשכול און לאמיר העלפען איינער דעם צווייטען, מ'דארף דאך בויען משיח'ס ארמיי שנזכה בקרוב לביאתו בבנין ביהמ"ק בב"א
בויען משיח'ס ארמיי דורך חינוך פון אינטערנעט... און דאן זאלן זיי זיין לויטער און הייליג ?
תוקן על ידי jewboy ב- 23/09/2007 19:33:06
באטשי, קודם כל, יא איך האב Jnet דעריבער דארף מען אפשר דן זיין אין וועלכען גדר עס געהערט, אבער זיכער נישט ווי א ביהמ"ד,
חוץ מזה מיין איך אז מ'האט מיך נישט רעכט פארשטאנען, קשר1 ברענגט א גמרא אז הקב"ה געפינט זיך אפילו בפלטרין של רומי, די דעבאטע איז נישט חלילה צו הקב"ה געפינט זיך דארט, מלא כל הארץ כבודו, די שאלה איז צו דארט ברויך מען גיין זוכן דעם דבר ה', און צו דעם האב איך צוגעברענגט דעם משל פון ביה"כ, וואס עכ"ז אז ס'איז נישט קיין ספק אז השי"ת געפינט זיך איבעראל, איז עס אבער נישט דאס פלאץ ווי מ'דארף זוכן ירא"ש, וואס יא, כאטש נישט פארלירן דאס וואס מ'איז קונה אין ביהמ"ד.
[בילד – נישט אפגעהיט]
און נאכער...
[בילד – נישט אפגעהיט]
קאמענטאטאר
אנשולדיג וואס איך האב דיך אומזינסט שוחט געוועהן,
דיין אייקאן צייגט נישט צו שטארק אויף א דשעינעט נוצער.
יעצט קענסטו זאגן דריי מאהל אשרי (מי שחושדין אותו ואין בו)
לעניננו
איך בין מסכים מיט הערשל, דער אינטערנעט איז ווי א ווייס פאפיר. וואס מדפיסים נוצן
דו שיינסט איין אינטעליגענטער מענטש.
וואס דריקט מען מעהר אויף דעהם פאפיר, שמוץ מיט כפירה אדער דברי תורה?