היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א נוסח פאר א זילבערנע בעכער פאר א בר מצוה

א נוסח פאר א זילבערנע בעכער פאר א בר מצוה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2280582

אבימלעבט » 17/9/2007 03:30

איך קויף א בעכער צוזאמען מיט מיין שוואגער פאר מיין פלומעניק, איך זיך א נוסח וואס איך זאל שרייבן אויפן בעכער,
קען מיר איינער העלפן?
אונז ביידע זענען א פעטער פונעם בר מצוה בחור, מיט צוויי אנדערע לעצטע נעמען.

knowit_all » 17/9/2007 05:18

כי טובים דודיך מיין

Baachi » 17/9/2007 05:53

knowitall

לולא דמסתפינא וואלט איך געהייסען דעם בחור צוריק שיקען א פלעשל,
 אויף געשריבען אכלו רעים שתו ושכרו דודים

הערשעל » 17/9/2007 16:59

אדער שיקן רויטע וויין,

דודי צח ואדום.

גביר_אדיר » 17/9/2007 18:03

והנה עתך עת דודים

usa44 » 17/9/2007 19:45

וחיכך כיין הטוב הולך לדודי למישרים
מתנה ואות הוקרה ליום היכנסו לעול התורה והמצוות של בן גיסינו הבה"ח .... נ"י
בהערכה ובידידות דודיך
משה....
חיים....

אויב די ווילסט נישט ספענדען אסאך אותיות: נעם אראפ די נישט וויכטיגע זאכן - די פסוק /  די בחור'ס נאמען.

_________________

Baachi » 17/9/2007 22:09

ראבויסיי

א) קרעדיט פאר דעם "דודים" מאטיוו קומט פאר נאואיטאלל, די רעשט אריינ גערעכנט מיינס איז  הגהות אויף יענעם'ס חידוש

ב) יעדער "דודי" אין שיר השירים גייט ארויף אויף כביכול אליין, איז ביטע זייט פארזיכטיג, סאיז א דינע ליין מיט כל הלוקח פסוק משיר השירים ועשאו כמין זמר וגו'.

אין ביהמ"ד בלא חידוש

מיין הצעה איז צו קויפן א בשמים ביקסל, ווייל בעכערס האט ער שוין גענוג, אין אויף שרייבן "הדודאים נתנו ריח"
 
האץ מיר אגיט יאהר