היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » ר"ה אין באבוב

ר"ה אין באבוב

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2280052

רובין1975 » 16/9/2007 06:50

דעם ערשטן טאג ראש השנה נאך מיין דאווענען אויפן וועג אהיים פון מיין שוהל - בין איך געגאנגן זעהן די באבובער בתי מדרשים - צום ערשט בין איך אריין אין 48 געווען א פילע ביהמ"ד - מען האט געהאלטן אינמיטן מוסף - און האדמו"ר הרב"צ איז געווען דער בעל תפלה - איך בין געבליבן דארט בערך 10 מינוטן - הרב"צ האט הערליך געדאווענט בקול נעימה - 

פון דארט בין אין געגאנגן צו 45 - איך קום אריין אין ביהמ"ד איך זעה דאס געפאקטע ביהמ"ד - מענטשן שטייען אויף בענק און טישן - מען טאנצט מען שפרינגט - א מראה וואס איך נאך קיינמאל געזעהן אום ר"ה - איך האב געפרעגט איינעם וואס טוט זיך דא - האט ער מיר געוויזן אין מחזור אז מען האלט יעצט ביי "אין קצבה" - איך האב מיך קוים אדורכגעשטיפט - אין געזעהן ווי האדמו"ר הרמ"ד שטייט און טאנצט מיט א ברען ביים עמוד - און דער עולם ארום שפרינגט ביז צום דאך - 

איך בין געבליבען דארט בערך נאך 10 מינוטען - האב איך געהערט א קאפעלע פון אברכים זינגן וכל מאמינים - געווען זייער הערליך און ווארים - און דער רבי זיצט ביים עמוד - מיטן דעם טלית אראפגעריקט פון קאפ - האב איך געזעהן די צוויי גאלדענע קאפליך פון הרה"ק מצאנז ומשינאווא - ווי א חסיד האט מיר געזאגט אז מיט די הייליגע קאפלעך - האבן אין די ימים נוראים געטראגן די באבובער רביים דער מהר"ש און מהרנ"ץ.  

ביידע פלעצער האב איך געזעהן איבער טויזענט מתפללים בליעה"ר - אבער לויט מיין השערה איז אין 48 געווען בערך מיט 130 מעהר    

ZviAryeh » 16/9/2007 08:44

רובין, די מיינסט מיר זענען אלע משוגע? די ווילסט שפילען אז די ביסט סתם א באראפארקער מענטש וואס איז פונקט אריינגעפאלען אין באבוב אין און קארטשין. יעדער קען דאך זעהן אלע דיינע פריעדיגע תגובות אין וויסען פינקטליך ווי י בעלאנגסט!!!

רובין1975 » 16/9/2007 08:54

צביארי
מיט דיין סטעיטמענט ווער איך נאך נישט אפגעפרעגט - ביז דערוויל בין איך נאך נישט קיין בובובער

איך האב געשריבן דברים כהוייתן - וואס איך אליין בייגעוואוינט - בעיני ראיתי ובאזני שמעתי
און איך האב הנאה געהאט צו באזוכן ביידע באבוב - שיינע גרויסע חסידישע עדות בישראל

רובין1975 » 16/9/2007 09:00

צביארי / וחביריו
עטס שרייבסט א כינוי (קארטשין) אויף א עדה אידן - עטס קענסט פארלירען ענקער עולם הבא דערוועגן - עס איז נישט כדאי.

המכנה שם לחבירו אין לו חלק לעולם הבא

ארור מכה רעהו בסתר

האליגאנער » 17/9/2007 04:15

אבער האליגאנערס באנדיטען און שלעגערס זענען נישט קיין כינויים???

וואש דיינע אייגענע שמוציגע וועש פאר דו טיילסט מיך דעות וועגען מיינע וועש.

_________________

לאןאתההולך » 17/9/2007 04:28

איינער וואס הייבט הענט און שלאגט א איד און ווארפט איהם ארויס פון א ביהמ"ד - הייסט ער נישט א כולאגאם - האסט דו אפשר א שענערע נאמען  אדער א מעהר פאסיגע נאמען?
די תורה הק' רופט אזא איינעם רשע למה תכה רעך....



תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 17/09/2007 5:08:11

האליגאנער » 17/9/2007 05:01

רשע למה תכה רעהו???

קענסט נישט נאך זאגן א גלאַטער פסוק חומש, אבער דו ווייסט פאר א פאקט אז "חתנו כבנו" איז א מצות עשה שאין הזמן גרמא.

_________________

לאןאתההולך » 17/9/2007 05:05

די תורה רופט אן שלעגערס "רשעים" - רשע, למה תכה רעך.....

אבער קארטשין איז א כנוי

"חתנו כבנו" איז א פסק הלכה ביי אלע אונזערע גדולי וגאוני ארץ זי"ע

ביי ענק איז נאר א מליצה..



תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 17/09/2007 5:12:42

האליגאנער » 17/9/2007 05:25

קארטשין איז א שטאט אין גאליציע ווי רמ"ד'ס זיידע איז געווען א חשוב'ע רב - דאס איז נישט קיין כינוי.

אבער האליגאנערס באנדיטען און שלעגערס זענען ריכטיגע כינויים. פראביר נישט צו פארענטפערן א שווערע "צבי ארי'"  - און זיין חיבור "צרור המור" רופט ער רמ"ד און ר' שוע "שני הרשעים". גייסט פארענטפערן א לויזע צונג? און ער איז ענקער פארשפרעכער...

_________________

האליגאנער » 17/9/2007 05:32

ס'איז נישט דא קיין איין פוסק וואס שרייבט קלאהר "חתנו כבנו" ביי אונזער פאל (א ברודער מיט א איידעם).

post די גאנצע שאלה ותשובה, אז דער וואס וויל זאל קענען אליין מכריע זיין - ווארף נישט קיין נעמען פון שו"ת אין די לופט.

_________________

לאןאתההולך » 17/9/2007 05:38

קארטשין איז אין דעם פאל א כנוי - וואס המכנה שם לחבירו אין לו חלק לעולם הבא.

עס איז דא איבער 30 גדולי פוסקים וואס פסקענען "חתנו כבנו" .


תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 17/09/2007 5:44:01

האליגאנער » 17/9/2007 05:47

post נאר איינס קנאקער

ווייל אויף נישט צו ווייזען  האב איך 281 תשובות מיט רוב פוסקי גאליציע וואס האלטן אז חתנו איז נישט כבנו...

ס'איז נישט דא קיין איין פוסק וואס שרייבט קלאהר "חתנו כבנו" ביי אונזער פאל (א ברודער מיט א איידעם).

post די גאנצע שאלה ותשובה, אז דער וואס וויל זאל קענען אליין מכריע זיין - ווארף נישט קיין נעמען פון שו"ת אין די לופט...

_________________

האליגאנער » 17/9/2007 05:49

און אז דו רופסט מיך 48 איז עס אויך א כינוי!!!!

_________________

לאןאתההולך » 17/9/2007 05:54

די גאס רופט ענק 48  - און אונז 45  - ווייל אזוי ווי עס איז אנגענומען אין די גאנצע גאס אז עס איז דא צוויי באבוב - האט די גאס געמאכט א סימן -
ווען מען זאגט איינעם אין שטאט איך דאווען אין באבוב - פרעגט מען תיכף "וועלכער באבוב".
פארשטאנען!!!!!

_________________

האליגאנער » 17/9/2007 06:05

דער גאס??? דער גאס רופט ענק שוין היינט קארשטין - אויס כינוי!!!...

ענקער בורר רב בערגער אין בי"ד רופט ענק אויך קארטשין - האק נישט קיין טשייניק!!!

_________________

לאןאתההולך » 17/9/2007 06:10

די גאנצע גאס פרעגט "וועלכער באבוב"

לייג זיך שוין שלאפען און האק נישט קיין טשייניק!!!!

_________________

האליגאנער » 17/9/2007 06:18

די גאנצע גאס פרעגט "וועלכער באבוב".

און מען ענטפערט שיינערהייט נישט קארטשין - און זיי פארשטייען וואס מ'רעדט...

סוף פסוק - ס'איז פונקט אזא כינוי ווי 48 און נאך מער מיט
כינויים ווי "האליגאנערס באנדיטען און שלעגערס".


_________________

לאןאתההולך » 17/9/2007 06:25

כאלאגאן

דו שרייבסט שוין פון מידקייט - על כן לאז עס איבער אויף א צווייט מאל -
IT WAS  A PLEASURE TO TALK TO YOU
ווען מיר וועלן אי"ה צוריק באקומען אונזערהיים (ביהמ"ד הגדול) זאלסטו שטיין מיט א צעטל ביים בימה "איך בין דער כאלאגאן"    

_________________

SIM89 » 17/9/2007 15:34

האליגאנער, וואו אזוי איז געווען ר"ה ביים דריטן באבובער?

גביר_אדיר » 17/9/2007 18:02

לאן,
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, דעם ר"ה האב איך געזאגט פאר איינעם אז איך בין געווען אין קארטשין אנוואונטשן א גוט יאר, האט ער מיך געפרעגט וועלכע?

צווייבאבוב » 17/9/2007 19:15

כ"ק אדמו"ר הגה"ק מהר"ש זצ"ל עם יבלחט"א נכדו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________