מעג מען אנשרייען איינעם וואס איז מבזה א בית המדרש ?
39 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 41 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2280046
איך האב געהאט דעם ראש השנה א פאסירונג און איך וויל הערען וואס דער עולם דא האט צו זאגען צו דעם.
איך דאווען אין א בית המדרש ווי איך בין פון די עלטערע פון דעם עולם, א גרויסע טייל זיינען גאר אינגע יונגע לייט,
איך גיי ארויס אין מיטן שחרית (ביי כולם אהובים) זעה איך ווי עטליכע אינגע לייט שטייען פארן בית המדרש מיט א קאווע אין די האנט און א ציגערעטל אין די אנדערע אין מען שטייט און מען שמוסט,
מאך איך זיי מיט די הענט זיי זאלען ביטע נישט שטיין פארן בית המדרש אזוי 9 אזייגער און דער פרי, ווייל עס גייען א דורך מענטשען אין עס איז א בושה אז ווען מען האלט שוין טיף אין מיטן דאווענען מען זאל שטיין אזוי געמיטליך און שמיסען, ווי איר פארשטייט האט עס גארנישט געהאלפען,
איך קום ארויס 5 מינוט שפעטער אין איך ווייז זיי נאכאמאל פליז גייטס אריין, און גארנישט,
נאך די שמונה עשרה גיי איך ארויס און זיי שטייען נאך דארטן האב אנגהויבען שרייען הויך "גייטס אריין און פארשעמט נישט דעם בית המדרש, מענטשען ווילן נישט אהער קומען דאווענען וועגן אזעלעכע סארט געפירעכטס וכו', איך וועל עס נישט צו לאזען און וועל עס באקעמפען עד הסוף".
עס זיינען געשטענען דארט 3 אינגעלייט, צוויי זיינען בכובד ראש אריין און בית המדרש, דער דריטער (וואס איז אסאך אינגער פון מיר, אין עס קען גאר זיין אז ער דארף מיך רעספעקטירן אלץ זיין רבי, וואס איך קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטוען, און איך האב אים נישט באליידיגט פערזענליך) האב אנגעהויבען א קאמפעין קעגען מיר און ארום געגאנגען מיך מבזה זיין אויף א גראבען אופן.
דעם נעקסעטן טאג דעם צווייטען טאג ראש השנה האט ער געוואלט ווייזען וואס פאר א גבור ער איז, איז ער ווייטער געשטאנען און דרויסען מיטן ציגערעטל און איך בין ווייטער ארויסגעגאנען און געשריגען אויף אים און ער האט ממשיך געווען מיט דברי בזיון אויף מיר וכו'.
איך האלט מיך דא שטארק איין נישט צו שרייבען מער וועגען דעם אינגערמאן ווי עס פעלט אויס להבין המעשה.
(דרך אגב איז היינט דא א סאך רבנים וואס האלטען אז מען טאר נישט רייכערן יו"ט ווייל עס איז נישט געזונט ממילא איז עס נישט א דבר השוה לכל נפש),
מיין שאלה דא איז צו איינער האלט דא אז איך האב געטוען ע"פ יושר ווייל ווען איינער קומט אין בית המדרש לכתחלה אויף נישט אריינצוקומען דאווענען נאר צו טרעפען קאמפאני און רייכערן, און ער טוט עס אין פראנט פון בית המדרש, מעג מען אים הייסען אוועק גיין,
אדער אפשר דארף מען לאזען יעדען טוען וואס עס שמעקט אים, און עס איז נישט מיינע ביזנעס?
דברי חכמים בנחת נשמעים [קהלת ט,יז]
ליין נאך אמאל איך האב זיי געבעטען 2 מאל שיין,
אויב אזוי פארוואס זאלסטו נישט קעמפען קעגען אנדערע ביהמ"ד פראבלעמען אזוי ווי לעצטענס
ווערט גיברענגט אין די צייטונגען וויפל מען פייניגט בעל תפלות אז עס זעהט שוין אויס מער ווי א
שלאכט פעלד אדער ווי מען רודפט דעם גבאי אדער מיט די האנטוך פראבלעבען און מקוה אדער
סתם שמועסען ביים ליינען אדער דאווענען א גאנץ יאר וואס מען זעהט אז די גאנצע מושג פון קומען
און ביהמ"ד דאווענען איז זייער אנדערש און אינטערעסאנט ביי מאנכע מענטשען
עס איז דא היינט ליידער אסאך עלטערע אינגעלייט וואס ליידען אויף הויעך צוקער, און אזא טאג ווי ראש השנה וואס מען עסט נישט ביז שפעט ווערן זיי זייער נערוועז.
וועגען דעם הערט מען פון מאל צו מאל קולות און א בית מדרש אזא טאג.
דער אייבישטער זאל אפהיטען אידישע קינדער.
מה ידידות !
עס געפעלט מיר אנשטאט צו ענטפערען לענין, זאגסטו אז באמת איז אלעס OK נאר עס איז פשוט א דייביטיס פראבלעם,
צווייטענס מען רעד דא פון 9 אזייגער אינדערפרי.
לאמיר דיר פרעגען, ווען דיינס א נאנטע משפחה מאכט חתונה אין איינער שטעלט זיך אוועק נעבען די חופה בשעת מען זאגט די ברכות און לאכט הויך מיט זיינס א חבר, אדער ער שטעלט זיך עסען א סענדוויטש נעבען די מחותנים וכדומה, און איינער פון די משפחה שרייט זיי אן וואלסטו אויך געזאגט אז עס איז א דייביטיס פראבלעם?
WORLD WAR
איך בין נישט קיין מוסר זאגער און איך האב בטבע נישט ליעב די אלע וואס פארנעמען זיך און מאכען א קאריער פון שטיל מאכען ביים דאווענען, אבער עס איז דא א מאל וואס עס גייט איבער די מאס, און אז מען סטאפט עס נישט באצייטענס ווערט א חורבן.
עס איז היינט ליידער אריין אזא מין קרירות אין מאנכע אינגעלייט, וואס איך גלייב אז זיי האבען גאטס למשל נישט צו פירן דעם סדר פסח ביינאכט און גיין שלאפען, וכדומה, אז מען זאל זיי לאזען אריינברענגען זייערע השגות אין בית המדרש ווער ווייסט ביז ווי דאס קען פירן,
רעדען ביים דאווענען איז א עוולה און קעגען די הלכה, אבער דאס איז זייער שווער צו באקעמפען.
די אלע אנדערע זאכען וואס די רעכענסט אויס איז ב"ה נישטא ביי אונץ.
ATOZ היקר
א גמר חתימה טובה און אשרי חלקך אז סבאדערט דיך דיע זאכן
איך וויל דיך פרעגען אשאלה,
לויט ווי איך ליין דיינע ווערטער, האט דיין ביהמ"ד נישט קיין בעה"ב. אדער אפילו סהאט יא אבעה"ב איז באדערט עס איהם נישט גענוג שטארק מוחה צו זיין, משא"כ דיך באדערט עס יא.
פארשטיי איך בכלל נישט וואס זיכסטו דארט אין דעם ביהמ"ד.
לאמיך נאכאמאהן איבערשמועסן
טאמער האט עס נישט בכלל קיין בעה"ב אדער א ראש, ווייסטו דאך דאס באקאנטע ווארט פון בעש"ט אדער תלמידיו אז ווי סנישטא קיין ראש ווערט דער ס"מ א ראש רח"ל. והוא בדוק ומנוסה לויטן אויסגעהאלטענעם כלל פון הדיוט קופץ בראש.
אלא מאי סהאט יא א ראש נאר סשטערט איהם נישט, צו וואס דאוונסטו דארט ביי איהם?
יאג אפ פון דארט , מיט די צייט וועסטו אויך אזוי ווערן
רמב"ם יד החזקה - הלכות דעות פרק ו
(א) דרך ברייתו של אדם להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר ריעיו וחביריו נווהג נוהג כמנהג אנשי מדינתו לפיכך צריך אדם להתחבר לצדיקים ולישב אצל החכמים תמיד כדי שילמוד ממעשיהם ויתרחק מן הרשעים ההולכים בחשך כדי שלא ילמוד ממעשיהם הוא ששלמה אומר הולך את חכמים יחכם ורועה כסילים ירוע ואומר אשרי האיש וגו' וכן אם היה במדינה שמנהגותיה רעים ואין אנשיה הולכים בדרך ישרה ילך למקום שאנשיה צדיקים ונוהגים בדרך טובים ואם היו כל המדינות שהוא יודעם ושומע שמועתן נוהגים בדרך לא טובה כמו זמנינו או שאינו יכול ללכת למדינה שמנהגותיה טובים מפני הגייסות או מפני החולי ישב לבדו יחידי כענין שנאמר ישב בדד וידום ואם היו רעים וחטאים שאין מניחים אותו לישב במדינה אלא אם כן נתערב עמהן ונוהג במנהגם הרע יצא למערות ולחוחים ולמדברות ואל ינהיג עצמו בדרך חטאים כענין שנאמר מי יתנני במדבר מלון אורחים:
באטשי !
ווי אלעמאל ביסטו קלוג אין זיס, איי לאוו יא,
די סיבה פארוואס איך דאווען דארט איז א לאנג סטארי וואס אויב איך וועל אריינגיין אין דעם וועט יעדער וויסען פון וועלעכן בית המדרש מען רעד,
עס איז זייער שווער צו טרעפען א בית המדרש וואס איז ערליך און אויך ליבעראל, אונזער בית המדרש COMES CLOSE רוב רובם פון די מתפללים זיינען ערליכע שטילע מענטשען אבער שוואכע עלעמענטען קומען ביי אונז דאווענען און נעמען ADVANTAGE פון אונץ,
דער ראש און די גבאים ווילען גארנישט טועהן אבער זיי ציטערען ווען איינער וויל עפעס טועהן ודי למבין,
איך מיין אז איבער די יארען האב איך געצוימט דעם הפקרות, והשי"ת יעזור גם להלאה, בלי חולי צוקר ל"ע,
אנאנים !
איך האלט טאקע אז די זאלסט ברענגען א מאטראץ און זיך אויסלייגען אין בית המדרש פארן ארון קודש חאפען א דרימעל ביי די הויכע שמונה עשרה פון מוסף אים יוה"כ, עס איז וודאי נישט קעגען די הלכה, אפשר א פאר עקסטערמע רבנים וועלען האלטען אז עס נישט קיין כבוד, אבער ווער רעכענט זיך מיט די קיצונים, און אזוי וועסטו קענען פיין דאווענען דערנאך, און כדי להוציא כל הדיעות זאלסטו דיר אנגרייטען נעגעל וואסער, (אכטונג ! יוה"כ מעג מען נאר אפגיסען די שפיץ פינגער),
און אויב די ליידסט רח"ל אויף צוקר איז עס מותר לכל הדיעות,
לקיים מה שנאמר עם עקש תתפתל !
א גריס פאר עד ק.
aaatozzz
אונז האבמער א כלל אז דברי חכמים בנחת נשמעים. אויב האט דאס נישט געארבייט בי דיר, שטעל איך דאס אויף די חזקה אז דאס איז נישט געווען בנחת כפי המצב. דהיינו: וויבאלד דארטן זענן געשטאנען 3 יוגענלייט, קען זיין אז ס'וואלט בעסער געווען אז די ווארטסט ביז ווילאנג זיי צו-גייען זיך און דערנאך צו גיין צו יעדען פערזענליך מסביר זיין אז די ווילסט איהם נישט מוסר זאגן נאר אלס די טובה פןו די בית המדרש בעטסטו איהם אז ער זאל זיך נישט שטעלן דארטן שמועסן.
אויב ארבייט דאס נישט די ערשטע מאל זאלסטו רעדן צו זיי מיט חכמה צום דריטן און פערטן מאל אויכעט. ווייל למעשה האסטו דיר אנגעשאפט שונאים. צו וואס פעלט עס דיר אויס?
למעשה וואס פלאנסטו צו טוען אויף יוה"כ?
ס'וואלט אפשר כדאי געווען אז די זאלסט זיי אנרופן און זיך אנשטולדיגן אויפן "ווילדן" אויסברוך, אבער די האסט נישט געמיינט זיי פערזענליך, און ס'איז כדאי מכאן ולהבא נישט צו שמוסען בפומבי.
איך מיין אז דאס האט מער "טשענס" צו ארבייטן.
אטאז,
איך מיין אז די רעכט פון מענטשן צו טוהן וואס זיי שמעקט ענדיקט זיך דארט ווי זיי מאכען קאליע פאר'ן עולם.
איך בין אפשר געוועהן פון די שמועסער וואס דו האסט באזינגען (אדער עכ"פ איך בין ראוי דערויף - נאך וואס דו ביסט מגלה פון וועלכע בית המדרש דו רעדסט וועל איך קענען פעסטשטעלען אויף זיכער...) אבער געוועהנליך פאלג איך די מוסר זאגער ווען איך פוהל אז זיי זענען בארעכטיגט.
לכה איעצך, די עיקר שאלה וואס דו פרעגסט איז א פראקטישער.
לויט ווי איך פארשטיי, אינטערעסירט דיר גאנץ ווייניג א מערכה מיט דעם דריטען אינגערמאן. אויב איז שייך, בעט איהם איבער און ווער מיט איהם אויס שונא - דו האסט סיי ווי שוואכע אויסזיכטען אויף איהם משפיע צו זיין. זייט איהם מסביר אז דו האסט באמת איינערקענט אז ער איז אנדערש (ער איז דאך טאקע אנדערש... ס'הערט זיך ווי ער איז א חסר דעה וואס נאך דערצו איז ער א שטיקעל א פושע) אפשר וועט ער דיר ווייניגער שטיין אין וועג בנוגע די אנדערע אינגעלייט.
מלמדים אין חדר האבען אסאך מאל שטילע הסכמים מיט געוויסע קינדער, אז אפילו זיי שרייען אויף זיי ברבים, איז עס נאר געצילט פאר די אנדערע צו הערען און נישט פאר די באטראפענע. ודוק.
א ביז ת
איך פארשטיי דיין ווייטאג, איך האב מיך למעשה נישט באצויגען דווקא צו דיין פרשה, נאר צו א גענעראלע פראפלעם וואס איך האב ליידער באמערקט.
איידלע עלטערע אינגעלייט וואס א גאנץ יאר זענען זי א געשמאק, ווען עס קומט צו די לאנגי תפילות זענען זיי פלוצלינג א צווייטע באשעפעניש רח"ל
דער אייבישטער זאל העלפען אלע אידען זיי זאלן זיי געזונט אין שטארק.
עס איז אינטרעסאנט אז די ווייסט אזוי פינקטליך וואס די מעשה איז געווען, אפשר ביזטו פון אונזערע מתפללים ?
ליתר שאת לאז מיך מסביר זיין,
יא די עלטערע "אינגע לייט" וואס האבען געזען די אלטע וועלט, האבען א ציטער אין הארץ ווען עס קומט די ימים נוראים, איך געדענק נאך גוט ווי כמעט אלע אידן אין בית המדרש האבען געוויינט ביים דאווענען, ביי "המלך" האט אנגענומען א ציטער [די "אינגע אינגע לייט" וועלען לאכען פון מיר אבער שאל אביך ויגדך],
ועתה, יעדער איינער ווייסט אז ווען א מענטש האב א געפיל און איז דורך גענומען מיט דעם און עס קומט איינער און מאכט אים קאלט אדער איגנארירט דעם געפיל שטערט דאס זייער,
צו זאגען ניין די ביסט געווארען אין כעס ווייל די ביסט קראנק ח"ו איז געגליכען ווי ווען א פרוי טוט עפעס א זאך וואס איז נישט ריכטיג וואס רעגט זייער אויף דעם מאן, אינשטאט זי זאל איינזעהן וואס זי האט געטועהן, זאגט זי כדרך הנשים אוי מיין מאן איז לעצטענס דיפרעסט פארדעם רעגט ער זיך,
עס שטערט זייער שטארק ווען די אינגעלייט שטייען דרויסען פון בית המדרש און שמוסען בשעת מען זאגט אינענוייניג "המלך" און ממעמקים קראתיך, א בית המדרש קאסט אסאך געלט אויסצוהאלטען, און אסאך מענטשען קומען אין ביהמ"ד צו דאווענען און זיך אנווארעמען די נשמה,
די וואס שמוסען אין דרויסען זיינען נישט פון די וואס זיינען נושא בעול, און קומען נאך שטערן די השפעה רוחנית וואס א בית המדרש דארף צוגעבען,
איך האב שוין זייער אסאך מאל געבעטען די חברה זיי זאלען דאס נישט טועהן, מיט שיינעם וועט דאס נישט גיין, אזוי ווי א דראג עדיקט וועט רעדען נישט העלפען, און איך האב געווסט אז איך דארף פאר דעם צאלען א פרייז, איך בין גרייט אויף דעם,
מהיום וועל איך עס נישט טועהן אליין, נאר איך וועל מיטנעמען נאך א פאר [ציקער ליידענדע מענשטען] און מען וועט דאס סטעפען מיטן גאנצען כח,
איך גיב שטארק גערעכט פאר אטאז
נישט נאר ווייל עס פארשעמטדעם בית המדרש, נאר ווייל מיינע קינדער טארן נישט זען אז אידען מיט שטריימעל בעקישע האבען אזא קלות אין זיך.
אליה רבא או"ח קכ"ד
(יב) והשח גוערין בו וכו'. כתב הכלבו דף ט' אוי להם למדברים דברים בטילים או שחוק בשעת התפילה כי ראינו בעוונינו כמה בתי כנסיות שנחרבו על שנהגו בהם קלות ראש, עד כאן. כתב בספר ווי העמודים מן הראוי שכל קהילה וקהילה יעמידו אנשים על זה, אשר ישגיחו בעונשים רבים על המדברים ויבושו אותו ברבים.
עס איז זייער א פארווייטאגטע נקודה.
תוכחה בזמן הזה.
מעיקר הדין זענט איר גערעכט, איינער וואס איז עובר אן עבירה בפרהסיא דארף מען מוכיח זיין אפילו בפרהסיא.
די שאלה איז וועלכע עבירה זיי האבען טאקע עובר געווען, ווען זיי שמועס'ן אינדערויסען פין ביהמ"ד, קיין בפירוש'ע איסור איז נישט דא, כאטש עס קומט אין זכרון דער איסור פין מהלך אחורי ביהמ"ד, און ווייזט אז אים אינטרעסירט נישט, שטייט אויף דעם אין די גמרא גאר הארב, אבער בפירוש אויף אונזער ציור שטייט נישט.
אבער, עס איז אמת אז עס איז דא אין דעם א גדר פין חילול השם, און ממילא מעג מען און מען דארף טאקע מוכיח זיין, אפילו ווען זיי פאלגען נישט, ווייל בשעת מען איז עובר אן איסור דארף מען מוכיח זיין אפילו ווען מען מיינט אז זיי וועלען נישט מקבל זיין (כמפורש לגבי תוס' יוהכ"פ).
מען ברויך אבער צולייגען, אז פאר מען איז מבזה א מענטש שטייט נאך אין די פוסקים קדמונים אז מען דארף זיכער זיין אז מען מיינט כולו לשם שמים, עס איז גאר שווער צו וויסען ווי יענער האלט לגבי דעם. אבער רוב מאהל דארף מען מייעץ זיין מענטשען נישט צו זיין פין די וואס זענען גאטס פאליציי און זענען מבזה מענטשען אויף'ן חשבון פין רבש"ע, ווייל טאמער מען איז נישט אויסגעארבעט אין דעם, לוינט זיך נישט די תוצאות פין מבזה זיין א מענטש.
נאך א נקודה, די גדר פין תוכחה איז עד כדי הכאה, דאס הייסט אז ווען דעם וואס מען זאגט תוכחה איז דיך מבזה איז מען שוין פטור פין תוכחה. און דא זענט איר שוין פטור פין תוכחה.
קוקט אליין ארום, און זעהט וועלכע מענטשען זענען נזהר אין שישקען אין ביהמ"ד בשעת'ן ליינען אדער דאווענען, און זאגט אייך אליין צו ווילט איר אויסזעהן ווי זיי?
און די וויכטעגסטע פין אלעם איז, אז מען דארף וויסען אז מיט גוטען טוט מען אייביג מער אויף ווי מיט בייזען, אויב וועט איר אויספירען אין די אינגעלייט וועלען שוין נישט שטיין אינדערויסען דעמאלס, וועט איר האבען עפעס אויף געטוהן לגבי די אינגעלייט אליין? מן הסתם נישט, מיט גוטען ווען מען רעדט זיי צו אז זיי זאלען זעהן "מיט צו דאווענען" (אנדרעש ווי הייסען בעיקר זיי זאלען אויף הערען שמועס'ן) און זיך אויף וועקען פין זייער טיפען שלאף טוט מען זיכער מער אויף.
עס איז דא א באקאנט ווארט פין אהבת דודים, כל תפלה שאין בה מפושעי ישראל אינה תפלה. א תפלה וואס האט נישט בכח צו מאכען א פושעי ישראל זאלען אויף וועלען מיט דאווענען, איז נישט קיין תפלה, מען דארף דאווענען מיט א כח המשכה, אז אפילו די קאלטע, זאלען אויף וועלען מיט דאווענען.
שלום
דא גייט נישט אריין אזוי ווייט אין די מצוות תוכחה, ווי דער גרויסער חילול השם רח"ל וואס סווערט נגרם. און צוגאב פון קאלט מאכען אנדערע וואס גייט אריין בגדר כי יסיתך ח"ו.
דאס שרייען אין ליארעמען וועט סוף כל סוף אויפטוען, ווייל די חברה זוכען א גוד טיים נישט קיין בזיונות. פון בזיונות האבן זיי גארנישט, משא"כ דער מוחה שכרו כפול ומכופל דערפאר. אשר על כן מובטחני אז זיי וועלען פריער מיעד ווערען, אין ידידנו אטאז וועט אויפטוהן ויקבל שכרו משולם.
אפילו דו זעהסט דו טוהסט נישט אויף תיכף, אבער לכה"פ אצווייטער אדער אדריטער וועט זיך נישט צו זעצען צו דעם קאווע קלאב.
ועוד בה שלישיה, די יונגווארג וועלען דאס געדענקען אז סגעוועהן חברה וואס האבן געשמועסט ביי דעם סדר התפילה, אין מהאט זיי גוט אנגעשייגעצט. דורך דעהם וועלען זיי אביסל מעהר שעצען דאס דאווענען, איך בין זיכער אז דו געדענקסט לטובה יידען וואס האבן מוחה געוועהן קעגען אזוינע פוסטע חברה בנערותך.
מיר קענען דיר וואונשן הצלחה, טאמער וועסטו כאפען בזיונות שכרך כפול ומכופל ואשריך שנתפסת על דברי תורה.
אויף דיע חברה איז א גרויס רחמנות, זיי זענען נישט קיין גויים און נישט קיין אידען, פארשטייען נעבעך נישט די ליכטיקייט פון יידישקייט, די שיינקייט און דערהויבנקייט פון א פסוקי דזמרה, א קרבת אלוקים, א השתפכות הנפש, איין עבודה שבלב. א ביטער רחמנות אויף זיי. זיי לאכען נעבעך ווי א שיכור וואס ליגט אין טינופת און ווערט אנגעשטעקט פון אלע חולאים לאכט פון דען ניכטערן. אשרי דעהם וואס קען זיי ראטעווען
א זיס יאהר
יישר כח באטשי !
איך וויל נאך אמאל מסביר זיין אז איך בין כמעט קיינמאל נישט מוכיח קיינעם, איך פראביר צו זיין פאזיטיוו ווי נאר איך קען, אבער ווי מען האט שוין דא געשריבען אז ווען אינגעלייט ברעכען גדרים און פירן איין קלות'ן ביי זאכען וואס רוב אידן האבען אין די זאכען געפילען, און מען שטעלט עס נישט אפ איז צום סוף ווערט איינגעפירט א קאלטקייט ביים יעדען איינעם, עס ווערט אויס געפיל,
למשל נאך א זאך וואס איך האב באמערקט אז עס זיינען דא וואס רעדען ביי מוסף ראש השנה, אויך א זאך וואס די גרעבסטע אידן פלעגען זיך מיטשען, און איך פלעג הערן ווי מען זאגט אז מוסף ר"ה איז שווערער ווי פאסטען יוה"כ,
מען רייסט אוועק די איינגעפירטע אידישע מנהגים און געפילען, ווי ווייט וועט דאס גיין און ביז ווי וועט דאס אוועק פירן, אפשר צוריק ברענגען די ריפארמער מנהגים און שפילן "בינגו" ביי כל נדרי ? אפשר מעג מען טאקע אן געלט? אזוי וועט מען זיך "אויסליפטערן" און קענען בעסער דאווענען?
| aaatozzz כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | איך וויל נאך אמאל מסביר זיין אז איך בין כמעט קיינמאל נישט מוכיח קיינעם, איך פראביר צו זיין פאזיטיוו ווי נאר איך קען, אבער ווי מען האט שוין דא געשריבען אז ווען אינגעלייט ברעכען גדרים און פירן איין קלות'ן ביי זאכען וואס רוב אידן האבען אין די זאכען געפילען, און מען שטעלט עס נישט אפ איז צום סוף ווערט איינגעפירט א קאלטקייט ביים יעדען איינעם, עס ווערט אויס געפיל,
למשל נאך א זאך וואס איך האב באמערקט אז עס זיינען דא וואס רעדען ביי מוסף ראש השנה, אויך א זאך וואס די גרעבסטע אידן פלעגען זיך מיטשען, און איך פלעג הערן ווי מען זאגט אז מוסף ר"ה איז שווערער ווי פאסטען יוה"כ, |
|
יא, נאך איינע פין די זאכען וואס מאכט געפערליך קאלט אידשקייט, איז זיצען אויפן אינטערנעט שלא לצורך
מאנכע זאגען אפילו, אז עס האט א כח, אראפ צי פירען ח"ו א גרויס חלק כלל ישראל, הש"י
דו זוצט דא אויפן אינטערנעט, וואס אלע רבנים וגדולי ישראל האבען גע'אסר'ט אין דו באוויינסט אז אינגעלייט שמיסען ביי
מוסף, וואס עס איז הינדערט מאל מער אויסגעהאלטען, אויף אידיש זאגט מען פאר אזא איינעם ווי דו GO GET A LIFE
איך לאז יענעם געמאכט,
ראש השנה מיינט נישט נאר צי זען אז יענער זאל תשובה טיען, עז מיינט אויך אז דו אליינס זאלסט אויך תשובה טיען
היפאקריט!
קוצימוצי
" וואס אלע רבנים וגדולי ישראל האבען גע'אסר'ט אין דו באוויינסט אז אינגעלייט שמיסען ביי
מוסף, וואס עס איז הינדערט מאל מער אויסגעהאלטען"
ניינציג מאהל איז נישט גענוג?
ביי דע וועי האסט געהערט פון שו"ע ומטה אפרים
שמועסן ביי מוסף שטייט דארט, אינטערנעט שטייט נישט.
באטשי גערעכט, אין נישט נאר דאס, נאר שפיכת דמים ועבודה זרה שטייט אויך נישט,
הה"ד עם עקש תתעקש
יא?
ברענג מיר אראפ א קאפי פין מטה אפרים ווי עס שטייט אז ביי מוסף דראש השנה טאר מען נישט עובר זיין אויף עבודה זרה ושפיכת דמים
ער מיינט צו זאגן
אז א זאך וואס שטייט מפורש אין די פוסקים קען מען נישט זאגען מער אויסגעהאלטען ווי א איסור פון
רבנים
קוצי
דו האסט אונז געזעהן ווי מפאהרט אויפן אינטערנעט אינמיטן מוסף?
וואס איך פארשטיי נישט איז אז מען האקט אויפן אינטערנעט בשעת בעת איז אויפן אינטערנעט, דאס הייסט א היפאקריט,
וואס האט רעדען אין מיטן מוסף צו טועהן מיט שמוסען דא אויף הייד פארק צווישען היימישע אידן?
נאך אלעם וויל איך וויסן צו די אנגעשריגענע וועלן יעצט אויפהערן צו שמועסן?
יא, איך ווייס די אלע תורות אז "מ'ברויך נישט אויפטוען, מ'ברויך נאר טוען", אבער אן אמת'דיגער לשם שמים'דיגע תוכחה איז מיטן ציל "יא" אויפ-צו-טוען, כדי עס זאל זיין נאך א יוד וואס וועט דינען דעם בוכ"ע. אנשרייען ברבים איז גארענטירט נישט צו העלפן אין דעם הינזיכט.
איך בין נישט מסכים מיט באטשי וואס טענה'ט אז מ'געדענקט לטובה די יודן וואס האבן אנגעשריגן "שמוסערס".
איך האב דאס צו-געזעהן, און איך זעה די רעזולטאטן.
די דעמאלס'דיג שמועסערס האבן א האס צו די "ערליכע" יודן וואס האבן זיי פארשמעט ברבים און געבען איבער די שנאה אויף ערליכע יודן, צו זייערע קינדער.
דער וגוערין בו דארף געטוען ווערן מיט חכמה. אנשטאט אנשרייען, זאל דער רב פון ביהמ"ד האלטן א דרשה און מסביר זיין וואס דאס איז תפלה, און אריינברענגן א חשקות פאר תפלה. איך ווייס אז דאס פארלאנגט אסאך געדולד און ארבייט, אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד שמים!
די אלע שטיל מאכער טוען אויף, פאקט,
תוקן על ידי זאב58 ב- 19/09/2007 19:39:35
דעם ערשטען טאג זיינען געשטאנען עטליכע שמוסערס, דעם צווייטען טאג נאר איינער, סא מען טוט אויף, אז מען גרייפט נישט אן פערזענליך האט מען אלע רעכטען צו שרייען, איך האב נאר געזאגט אז איך וועל עס נישט צולאזען, און איך בעט מען זאל נישט שטיין דא,
_________________
אנרגיה
איך בין נישט מסכים מיט דיר אויך נישט,
ווי געפעלט דיר דאס. הא?
לעניננו. וגוערין בו מיינט נישט שמועסן מיט איהם, אויף שמועסן איז דא איין אנדער ווארט.
איך מיין נישט די קינדער פון די שמועסערס, זיי וועלן אויף וואקסן נאך גרעסערע שמועסערס. גאראנטירט והוא בדוק ומנוסה. אויב זיי וועלן בכלל קומען אין ביהמ"ד...
איך מיין די השפעה אויף דיינע קינדער, וואס דו שמועסט דאך אוודאי נישט. זיי זאלען זעהן דעהם חומר הדברים.
צוויי נקודות וויל איך אויף ברענגען
א) דאס וואס אנרגיה זאגט וועגען שמועסן מיט זיי, העלפט אסאך מאהל אבער נישט ווען מ'שמועסט מיט די חברה אינמיטן דאווענען. דאס העלפט בעיקר ווען מגייטצו צו זיי אינדערוואכן אפאהר ערנסטע יונגעלייט, אדער דער רב, גבאי וכדומה. בעסער איז צו מאכען איין "אפאינטמענט" מיט דעם חברה'מאן פריער, כדי ער זאל פארשטיין די הארבקייט פון די זאך. און אזוי רעדן צו איהם, בעטען איין עצה פון איהם וויאזוי אוועק צו נעמען א גרויסען פראבלעם און א פלעק פון דעהם ביהמ"ד וואס ס'שטערט שטארק אסאך מתפללים. א.ד.ג.
נישט בשעת'ן דאווענען.
ב) די צווייטע נקודה וואס איך וויל אויפברענגען איז, עס ווענדט זיך שטארק ווער די שמועסערס זענען. טאמער די שמועסערס זענען אויסגעשפראכענע בזויים,(lowlifes) בלעז. וואס יעדער לאכט פון זיי במיילא. לוינט זיך בכלל נישט צו מאכען קיין עסק. אנדערש איז אבער ווען דאס אנשים מן השורה.
אגיט געבענטש יאהר
מנאי זעירא דמן זעירא
באטשי הויזנטרעגער
תוקן על ידי - baachi - 19/09/2007 19:50:14
אנרגיה שליט"א !
ווען איך בין געווען א בחור האב איך געלערנט א סאך מוסר ספרים, און איך פלעג פאנטאזירן אז איך פארשטיי נישט ווי אזוי עס איז דא פרייע אידן, אז איך וועל אויפוואקסן וועל איך ארוס פארן די וועלט און פארלערנען שבט מוסר און מסביר זיין ווי דער גיהנום קוקט אויס און אלע וועט כאפען א ציטער און זיי וועלען תשובה טועהן,
דאס איז א שיינער חלום אז רעדען העלפט, יענער דארף וועלען הערן,
איך האב געהערט א שיינע מעשה א איד איז אמאל אריינגעקומען צום בית ישראל זצ"ל אין געזאגט אז דער דאקטאר האט געהייסען אים אפערירן די אויגן און וויל וויסען וואס דער רבי זאגט צו דעם, זאגט אים דער רבי ניין נישט אפערירן, פערגט ער נאך אמאל און איז מסביר אז דער דאקטאר איז א גרויסער מומחה און ער זאגט אז עס איז א סכנה וכו' זאגט דער רבי ווייטער ניין נישט אפערירן, דער איד גייט ארויס מיט א צובראכען הארץ און ווען ער איז שוין אין דרויסען בעט ער זיך נאך א מאל אז ער וויל אריין גיין נאך א מאל פרעגען לאזט מען אים אריין און איז נאך א מאל מסביר פארן רבי'ן רופט זיך אן דער רבי צו חנינא, חנינא ! דער איד זעהט נישט אדער הערט ער נישט?
מען קען רעדען וויפיל מען וויל אז מען וויל נישט הערן הערט מען נישט.
_________________
ביי די ליטווישע וועלט איז אינגאנצען אנדערש איך בין גיווען אמאל יו"ט אין לעיקוואד און אינמיטען
ליינען האב איך גיפרעגט עפעס פון איינעם און די עולם האט זיך אויסגידרייט און מיך אנגעקוקט
מאדנע ווי פון די לבנה
דאס איז א חסידישע זאך שמועסען און שרייען דאס קוקט אויס ווי א חלק פון די עבדות השם ביי
חסידים און איך טראכט אז דאס איז א תוצאה פון א אנדערע חסידישע מנהג פון נישט מקפיד זיין
אויף זמן תפלה
איך האב אמאל גיפרעגט אינמיטען קדיש און שומר שבת שוהל אין ב"פ און די גבאי האט מיך
גירודעפט פופצען מינוט און גיוואלט וויסען פון ווי איך האב גענומען א היתר
ולסיום וויל איך זאגען א מעשה וואס האט פאסירט און מונטריאל ווען א טאטע האט עפעס גיפרעגט
זיין קינד אין ביהמ"ד אפאר מאל און ער ענפערט נישט האט די טאטע אים דערלאנגט א פראסק פאר
די חוצפה און די קינד גיט א שריי מיין רבי האט גיזאגט אז מען טאר נישט רעדען ביים דאווענען וד"ל
מען טאר נישט שמוסען ביי קדיש, אבער אז איינער פרעגט עפעס אולי גייט עס אריין אין דעם דין פון באמצע שואל מפני היראה ומשיב מפני הכבוד, ובפרקים שואל מפני הכבוד ומשיב שלום לכל אדם [ברכות י"ג ע"א]?
און ביי די מאנטריאלער מעשה מיט א קינד וואלט געווען ריכטיג וועגען דרך ארץ אז דאס קינד זאל מרמז זיין פארן טאטען אז ער וויל נישט אויסרעדען, און נישט אים איגנארירן.
_________________
דעם געװעזענעם ראָש השנה האָט אַ גױ געפּריװט אַריִין כאַפּען אַ מיידעלע אין אַ קאַר לעבען אַ שול, בֿ"ה זי האָט זיך אַרױסגעכאַפּט פֿין זיינע הענט .
עס איז קיינער נישט געװען אױף די גאַס דעמאָלט
װען יענע שול װאָלט אױך געהאַט סמאָקערס װאָלט מען געכאַפּט דעם מנװל.
(אַ שטיקעלע לימוד זכות)
באטשי
שלום עליכם אייך.
גראדע זעה איך אז צום עיקר ביזטו יא מסכים נאר די האלסט אז מ'זאל דאס נישט אינמיטן דאוונען. מסכים. הגם, א רב מיט סמיכה אויפן פיפטען שלחן ערוך קען דאס יא באווייזן צו-צו-גיין אינמיטן שמועסן, אבער בעסער איז זיכער נאכן דאוונען.
א גוט יאר אויף אייך.
הרב עיטוזי (a to z)
איך פארשטיי די נקודה וואס די ווילסט ארויס ברענגן, אבער דיין חלום פון וועלן לערנן שבט מוסר מיט די וועלט, איז די בעסטע ראיה לדברי.
די זעלבע סיבה פארוואס שבט מוסר העלפט נישט פאר אום-וויסענדע מענטשן איז אויך גילטיג אויף שמועסערס. ביידע פארשטייען נישט וואס די ווילסט פון זיי. די קענסט איהם אנשרייען פון היינט ביז אייביג און ער וועט נישט וויסן וואס דו ווילסט. אז ער וועט נישט שמועסן דא, וועט ער גיין שמועסן ערגעץ אנדערשט. אבער אונז ווילמער דאך דאס נישט. אונז ווילמער אז ער זאל דא בלייבן ביי אונז אין שול, און ער זאל עפעס דאוונען, און זיך האלטן רואיג בשעת התפלה, און מיט דער וועט ער זיך אויס-מענטשלן.
מוסר זאגן איז א חכמה, און ס'פארלאנט א סטראטעגיע. הוכח תוכיח וכו' ולא תשא עליו חטא. מוסר זאגן זאל נישט גורם זיין אומזונסטע צער פאר יענעם אדער הלבנת פנים.
פארגעס נישט: בתחבולות עשה לך מלחמה.
באטשי
בנוגע די קינדער:
איך בין אויך א קינד, און געווען אמאל יונג. דאן האב איך טאקע מיט געהאלטן מיט דע תורה אוטאריטעט פונעם שול אז מ'דארף זיי אנשריין און אפילו ארויסווארפן. אבער איך בין דאך נאר געווען א קינד און קינדער זענן מושפע פון זייער עלטערע. אבער אז איך קוק צוריק, אויף דע התנהגות פון די תלמידי חכמים אנטקעגן די שומעסערס, ווערט מיר נישט גוט. ווער ווייסט צו וואס דאס האט גורם געווען. מ'האט זיי פארשעמט און ארויס געווארפן ווי די הונט. וויפול מער וואלט מען געקענט אויפ-טוען ווען מ'האנדלט מיט חכמה. א שאד, א שאד.
פאר מיינע קינדער בין איך פשוט מסביר אז דער שמועסער איז א גרויסער רחמנות ווייל ער האט נעבעך נישט דעם טעם פון א הייסער תפלה צו אייבישטען. א רחמנות אויף איהם, נעבעך.
גלייב מיר אז ס'טוט מער אויף ווי די ווילדע אויפ-געפירעכץ פון די אנשרייער.