ימים נוראים תשס"ח בצל כ"ק אדמו"ר הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א)
ביטע זיך האלטען אין 1 אשכול ווי ווייט מעגליך
כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט אי"ה אנהייבן צו געזעגענען דעם עולם דינסטאג נאכמיטאג אום 6.00 אין וויליאמסבורג, ווי ער וועט פארבלייבן ביז איבער ראש השנה, און וועט זאגן סליחות ערב ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.
רבינו שליט"א וועט אי"ה פירן טיש אלע 3 נעכט יום טוב אין ביהמ"ד הגדול
רבינו שליט"א וועט אי"ה זאגן א תקיעת שופר דרשה ביידע טעג ר"ה,
און שבת קודש נאכמיטאג א שבת שובה דרשה
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
די יו"ט איז פאראיבער ב"ה מיט גרויס דערהויבנקייט
אבער וואס ס'איז "מיר" געבליבען אין די ביינער איז די תורה פאר די זעקסטע הקפה שמח"ת צופרי, די אלע ברכות וואס די רבי האט געוואונטשען.
און דעם רבי'ןס ווערטער ביים באגלייטען וואס איז טאקע געווען ווערטער וואס וועט אןנז באגלייטען די גאנצע לאנגע ווינטער.
די יו"ט פון די צווייטע-טעג סכות איז באמת נישט מעגליך צו באשרייבן, ווען געפילן זאן נאר רעדן וואלט איר געהערט פון מיר א גאנצען טאג די קימענדיגע וואכן,
און ווי מה טובו זאגט, די תורה פון פאר די זעקסטע הקפה, אנגעפילט מיט ברכות פארן ציבור, די אנווינטשען מיט די מוסר ביים באגלייטן וועט נישט ארויסגיין פון אינזער קאפ אזוי שנעל, און נישט נאר דאס, ווער האט דען נישט מיטגעוויינט ביי די תורה פון רבין שמחת תורה ביינאכט, און דאס זעלביגע שמיני עצרת ביים קידוש, ווי רבינו שליט"א האט ארויסגעברענגט אז זיין טאטע, רביה"ק זצוק"ל פלעגט אום שמחת תורה טיילן עפלעך פאר זיינע נאנטע און ווארפן פאר די וויייטע, היינט אויך, פירט די רבי אויס מיט בכיות, ווען מיר זענען שוין ווייט פון אים ווארפט דער טאטע ז"ל אראפ עפלעך פאר אינז, אנגעפילט מיט ישעות און רפאות פאר יעדעם איינעם,
צו ס'איז די טיש די נאכט פון הושענה רבא, נאכן ליינען, וואס ס'איז שוין לאנג נישט געווען אזא ווארימע טיש, דער ניגון "עשה עשה עשה, רבונו של עולם עשה, אוי עשה עמנו וגו'" ליגט מיר אין די ביינער,
און ווער רעדט נאך פון די הושענה רבא דרשות, די זעקס דרשות מיט בכיות נראות, ווי טויזענטער אידן זקנים עם נערים וויינען מיט ווי קליינע קינדער,
די הקפות ביידע נעכט, מיט א ביהמ"ד אנגעפילט מלא על כל גידותיו, די תורה אינצווישן, ווי רבינו שליט"א ברענגט ארויס די שמחה וואס מיר האבן אז מיר זענען אידן, און מיר האבן די תורה, און להבדיל דער צווישנשייד מיטן גוי, בקיצור, עס לוינט זיך צו זיין א איד,
איי די תפלת גשם אום שמיני עצרת, נא, דאס בלייבט ביי מיר אין זכרון אויף אייביג,
ווי קען מען פארגעסן דאס בילד ווי רבינו שליט"א איז עולה לתורה שמחת תורה פארטאגס נאך די הקפות אום 4:30 מיט בכיות נראות "אשר בחר בנו מכל העמים"
ווער רעדט נאך פון שמחת תורה צופרי, איך בלייב שוין שטיין, איך רעדט נישט ווייטער, ס'איז נישטא די ווערטער, וואס זאלעך זאגן, דער עולם, דאס התרגשות, די היץ, רבינו שליט"א'ס נעניום מיטן ספר תורה ביי די זעקסטע הקפה, די תורה אינדערצווישן ווי אויבערדערמאנט, די געפילן ביים זינגען די חרדים, דאס טאנצן, און נאך און נאך, איך קען נישט, און איך הויב נישט אן,
דאס טיש אום פרייטאג צונאכט ברויך אן עקסטערע באשרייבונג,
איך האב געמיינט אז עס וועט זיין אנגעגרייט א קליינער חלק אין די זייט פון ביהמ"ד פאר א טיש, כ'מיין, נאך אלעם, דער עולם איז דאך ביטער אויסגעמוטשעט פון דריי טעג יו"ט, נישט געשלאפן געהעריג, נישט געגעסן געהעריג, מ'לויפט פון ביהמ"ד צום סעודה, און גלייך צוריק, עהה, דאס האביך נאר געמיינט, ארויסגעשטעלט האט זיך אז דער עולם איז פרייטיג ביינאכט אנגעקימען צום טיש ווי גלייך עס איז נארוואס געווארן יו"ט און מ'איז יעצט אויפגעשטאנען פון אפאר שעה'איגע שלאף, דאס ביהמ"ד איז געווען אנגעפילט, נישט קיין וויץ, כ'האב נישט געגלייבט וואס כ'זעה, צוועלף שטאקיגע פארענטשעס איבערן לענג פונעם גאנצן ביהמ"ד און בחורים מיט אינגעלייט שטייען דעראויף און שאקלען זיך און זינגען מיט ווי גלייך מ'האט היינט נישט געזינגען 4 שעה אין איין צו, און געטאנצן אויפן זעלבן פלאץ, און ווייטער אונטן איז אנגעפילט מיט בעלי בתים און עלטערע אידן וואס שלאפן שוין א נארמאלע וואך אין די צייט, און שפרינגען אינטער ביים הערן די תורה,
דאס געזעגענען פונעם יו"ט צוזאמען מיטן שלש סעדות וועל איך איבערלאזן פאר א צווייטן צו באשריבן, ווייל איך פיל אז איך קען נישט, כ'זאג ענק, ס'איז נישט מעגליך, אין איין ווארט, אן "איבערלעבעניש",
און אפילו די באגלייטן, דאס אנווינטשן פונעם רבין, ווי אויבערדערמאנט, און דאס "אמן" פון אזויפיל טויזענטער מענטשן איבער די גאסן פון ניו יארק איז א ריכטיגער קידוש שמים,
און ווי איך האב אנגעפאנגען, וויפיל מ'זאל נאר שרייבן איז עס נאר וואס די פינגער קענען קלאפן, אבער נישט וואס דאס הארץ רעדט.
א בילד וואס מ'זעהט 'אפס קציהו' פונעם עולם ביים שלש סעדות און נעילת החג טיש, מ'זעהט א חלק פון די רעכטע זייט,
דאס בילד איז געכאפט געווארן מיט א סעלפאון, דעריבער איז עס נישט אזוי קלאר, ואתכם הסליחה.
ווער עס האט בעסערע בילדער ווערט געבעטן עס ארויפצולייגן און מהנה זיין אנדערע אידן דערמיט,
[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'איז ריזיג גרויס, כמעט אזוי וואו ביים עלטערן שוואוגער פון בני ברק.
[בילד – נישט אפגעהיט]
און באלד אזוי גרויס ווי ביי אושפיזא דיוסף אין קרית יואל
[בילד – נישט אפגעהיט]
א טייל פון די רעכטע זייט
[בילד – נישט אפגעהיט]
א טייל פון די לינקע זייט
\[בילד – נישט אפגעהיט]
איך גיי היינט אדורך א קופקע אינגעלייט הער איך ווי איינער שרייט "מאי דהוה הוה"
א סקרוך איז מיר דורכגעלאפען מיינע ביינער זיך דערמאנענדיג ווי די רבי שליט"א שטייט אויפ'ן באלעמער שמח"ת אינדערפרי,
די טלית איבערגעצויגען אויפ'ן קאפ,
אין זיינע הייליגע הענט האלט ער די הייליגע ספר תורה,
זיין פנים פלאמט ווי א מלאך אלקים,
ארום און ארום שטייען טויזענטער טויזענטער מענטשען, שטיל ווי א פיש,
יעדער וויל הערן די תורה פונעם רבי'ן שליט"א פאר די זעקסטע הקפה,
אינמיטען די תורה גיט די רבי א שריי אויס....
מאי דהוה הוה..... אונז נעמיר זיך פאר אז פון יעצט און ווייטער וועל מיר שוין לערנען די תורה (בערך לש"ק)
כ'האב דעמאלטס געשפירט אזוי ווי אלע אנדערע אידען, אז מ'איז א נייע מענטש,
וואס איז געווען איז געווען.......כ'האב אויפ'ן פלאץ מחליט געווען אז צי מיין שיעור אין יסודי התורה וועל איך מוסיף זיין נאך א שיעור.
אשרינו מה טוב חלקינו.... והבדילנו מן התועים.....
איך הער אז ר' אהרן האט געזאגט , אפילו אויב מען האט ביז יעצט געקוקט דארט וואו מען טאר נישט איז מאי דהוה הוה...
wow
פון ווי הערסטו די אלע זאכען וואס אונז טריי מיר מיט אלע כוחות אז דאס זאל נישט ארויסרינען אין גאס??...
מארגען וועסטו נאך דא ארויף לייגען אלעס וואס ער האט געזאגט און כ'וועל זיך נישט וויסען ווי אהין צו טון....
אוודאי בין איך דארט געווען
אבער ווער געט דיר איבער די אלע זאכען וואס ער האט געזאגט?
מ'האט דאך אויסגערופען נאך יו"ט אז קיינער טאר נישט איבערזאגען פאר די זאלי'ס די אלע זאכען.
דיין רבי וועט נעקסטע מאל זיך מוזן וואטשן וווער עס געפינט זיך דארט...
באקומען אין אימעיל
kjgast@gmail.com פון SOS IMAGES א גרויסען ישר כח פאר SOS IMAGES
[בילד – נישט אפגעהיט]א ריזיגן יישר כח הרב גאסט פאר די בילדער,
ישלם השם פעלך.
ווער זיצט דארט די ערשטער ביי ערב יו"כ טיש מיט די גרויסע נאז? 'הגאון הקדוש' שלום לאנדא?
זעט אויס ווי ר' העניך אשכנזי