היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זייט געווארנט! קרעדיט קארד כמו-פראוד!

זייט געווארנט! קרעדיט קארד כמו-פראוד!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2275751

ניהול_גרופ » 7/9/2007 08:07

לעצטנס פארט ארום אויף די אימעילס - זיי כאפן זיך אריין אפילו אין נארמאלע אימעילס - א אפפער פון א קאמפאני וואס רופט זיך USA platinum אדער USA credit אדער ענליך, מיט א רייצנדן פארשלאג צו באקומען א קרעדיט קארד מיט $7,500 קרעדיט אנצופאנגען! ס'קאסט טאקע 150$ זיך איינצושרייבן, אבער געווענליך איז עס כדאי, בפרט פאר איינעם וואס הייבט אן בויען זיין קרעדיט און ער קען נאכנישט באקומען קיין גרעסערע אפפערס.

למעשה איז עס נישט קיין געווענליכע קרעדיט קארד, עס איז בלויז א קארטל וואו מ'קען איינקויפן אויף "זייער" סייט פארשידענע שמאטעס, כמעט נישט קיין ערנסטע זאכן, און מ'קען עס נישט נוצן אין קיין שום אנדערע פלאץ! איינמאל מ'גייט דארט אריין און מ'זעט פון וואס ס'האנדלט זיך רייסט מען זיך די האר פון קאפ פארן צאלן די 150 דאלער אין די וועלט אריין. אבער ווען מ'הייבט אן צו פרובירן צוריק באקומען דאס געלט קען מען צודרייט ווערן ביז איינער הערט דיר אפילו אויס דארט.

דאס איז שוין אויסער וואס זיי געבן דיר א "באנוס" וואס קאסט דיר $20 א חודש, און ס'קומט אן מיט די גרינע גאל עס צו קענסלען.

איך האב יעצט מיטגעהאלטן ביי איינעם וואס האט געקאסט א שיינע פאר שעה מיט קולות וברקים ביז מ'האט צוריק באקומען דאס געלט פון זיי און זיי האבן געקענסעלט די קארטל.

מאכט זיכער ווען איר באקומט אזא סארט אימעיל עס צו שיקן גלייך למנוחה נכונה תחת כנפי הספעם פאלדער. און בכלל זאלט איר קיינמאל אין לעבן נישט אננעמען קיין אפפער פון קיינעם אויב זעט עס אויס צו גוט.


_________________

elmonsey » 7/9/2007 09:00

איך האב באקימען פין bank of america א message אז איך האב אריינגעלייגט מיין פעסווארד 3 מאל נישט ריכטיג דארף איך נאכעמאל וועריפייען מיין account אין דאס מיינט ארויסגעבן personal info וואס דאס איז אויך א פראוד

חוץ פין דעם אז איך באקים(נאר אין יאהו נישט אין ג'ימייל)יעדן טאג הודעות אז איך האב גוואנען די לאטערי פין ערגץ אין לונדון אדער פין yahoo lottery אדער פין msn lottery איז א מעשה פין יעדן טאג ממש

_________________

Support our troops

גביר_אדיר » 7/9/2007 15:03

עלמאנסי
פאר דיר וואלט גוט געווען צו ליינען דעם שטערן פון לעצטן חודש.