היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 12 הייזער אין וומסב"ג פאר סאטמאר

12 הייזער אין וומסב"ג פאר סאטמאר

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2274371

שורשנגח » 4/9/2007 23:55

כ'האב היינט געהערט א קלאנג אז קהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג, בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א, האלט ביים אפקויפן אין צענטער פון וויליאמסבורג 12 הייזער פאר א בית המדרש הגדול,

 

לויט ווי איך האב געהערט וויל מען אפקויפן 6 הייזער פון איין זייט גאס און 6 הייזער פון די אנדערע גאס (אזוי ווי איך קען נישט ארויסגעבן מער אינפארמאציע, וועל איך נאר געבן א משל, 6 הייזער אויף פען סטריט צו די זייט פון ראטלידזש גאס, און 6 הייזער אויף ראטלידזש סטריט, פונקט קעגן איבער, צו די זייט פון פען סטריט)

 

מיין פראגע איז, וויפיל איז די קהלה גרייט איבערצוצאלן אז מענטשן זאלן זיך ארויסציען פון די דירות און וועלן פארקויפן זייערע הייזער?

און אויב דער לענדלארד איז שוין מסכים, ווי אזוי פלאנט מען ארויס צו לייגן די טענענטס?

 

ווער עס ווייסט אדער געהערט מער אינפארמאציע, ביטע פאוסטן

 

נאר_פריילך » 5/9/2007 00:06

ס'איז מעגליך צו טרעפן א גאס וואס ס'איז דא איין בעה"ב פאר 6 הייזער דעמאלסט וועט עס קאסטן ביליגער

אדער למשל וואלעבאט ווי S & W און G & B איז דארף מען נישט אראפ ווארפן נאר איין שטאק איך גלייב אז די עסקנים וואס טון דערין וועלן אויסוועלן די בעסטע פאר סאטמאר ס'וועט בעז"ה זיין איין טאג א מעכטיגע ביהמ"ד פאר סאטמאר

ראשבראש » 5/9/2007 00:36

זאל'ס זיין מיט מזל און ברכה, ס'קומט אויס 24,000 סקווער פיס, ווייסט איינער ווי גרויס די שטח פון די בעדפארד בימס איז?

שורשנגח » 5/9/2007 00:59

ראשבראש, פון ווי ווייסטו שוין פינקטליך וויפיל סקווער פיס עס איז, בשעת האסט ניטאמאל געהערט פון ווי די רעדע איז. אפשר איז עס ברייטערע הייזער?

דוד46 » 5/9/2007 02:12

 ראשבראש

דו מוזט פארשטיין אז אויב איז דאס נייע גרויסע ביהמ"ד וואס קהל יטב לב ד'סאטמאר האלט יעצט אינמיטן בויען אויף בעדפארד–ראס–ווילסאן גאסן 24000 סקווער פיס, איז די צוקונפטיגע אהרונישע גרויסע שוהל שוין 500000 סקווער פיס, נישט קיין חחלוק וויפיל הייזער זיי קויפן און ווי דאס געפינט זיך... 

גביר_אדיר » 5/9/2007 02:17

ניין מ'רעדט פון געווענליכע הייזער.

די בעדפארד ביעמס זענען גרעסער פון דעם, און ממילא גלייב איך נישט אז די נייע לאט וועט זיין נאר אזוי גרויס. איך גלייב אז זיי וועלן קויפן גרעסער.

רבי_יונה » 5/9/2007 02:27

שורשנגח

מען האט שוין פארהאנדלט מיט איין לענדלארד וואס ער איז דער בעל הבית פון 5 הייזער, און מען זיצט יעצט מיט א לענדלארד פון אנדערע דריי הייזער בשכינות

וועגן די אנדערע 4 הייזער און די טענענטס האב איך דערווייל נישט געהערט

ראשבראש » 5/9/2007 05:30

הער צו איך האב נאך נישט געהערט דערפון נאר דא אין הייד פארק, אבער פון וואס איך הער דא רעדט מען פון געווענליכע הייזער וואס זענען 20x100 יעדע איינס, גיב א קוק וועסטי זען אז דער בעל הממרא (שורשנגח) שרייבט: "כ'האב היינט געהערט א קלאנג אז קהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג, בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א, האלט ביים אפקויפן אין צענטער פון וויליאמסבורג 12 הייזער פאר א בית המדרש הגדול,"

איך קען וויליאמסבורג גענוג גוט צו קענען זאגן אז אין צענטער פון וויליאנמסבורג איז נישט פארהאט 6 "ריזיגע" הייזער וואס האבן "צופאליג" 6 "ריזיגע" הייזער פון די אנדערע זייט................

קען זיין אז מען רעדט אין צענטער פון וויליאמסבורג לעבן קענט

די איינציגע פלאץ ווי סקען בכלל זיין א חלום איז ראס צווישן דווישאן און לי, דארט לויפו די גאס שיף און ס'איז נישט דא קיין 200 פיס פון איין זייט צום צווייטן.

מבני_בניו » 5/9/2007 05:59

איך ווייס נישט, דא רעדט קיינער נישט דערפון. כהאב מורא סאיז סתם א חלום פון איינעם.

פאטאקי08 » 5/9/2007 21:58

שור שנגח

וואס האט מען געטוהן פאר 40 יאר צוריק ביים בויען די ראדני שול?
וויזוי האט מען דעלמאט ארויסגעשיקט די איינוווינער?

בן_אהרן » 5/9/2007 23:15

ראדני סטריט האט געהייסן א שלעכטע פלאץ צו וואוינען
מען האט דארט געקויפט הייזער פאר חצי בחינם
ווער רעדט נאך פון ראסס צווישן ליע און דעוויזשען
איז געווען א סכנה אריבערצוגיין אפילו כחצות היום לעיני השמש

ענטפער » 14/1/2008 18:09

עפעס פרישע נייעס וועגן די נייע בית המדרש?

משנתחסידים » 14/1/2008 18:32

איר האט נישט אמאל געהאנדלט אויף קויפען קאנקארד?

בןיהודה » 14/1/2008 20:02

איך בין מציע

אז דיא געלט וואס דיא יודן און מריקע לאזן זיך קאסטין פאר סאטמער

זאלין זייא קומען און ירושלים און אף קויפן דירות פון  דיא אראבער און אלט שטאט

און אזוי וועט מען קענען וואינען מעהר רוהיג און ירושלים עיר הקודש