היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » וואלן אין באבוב (פסק בית דין)

וואלן אין באבוב (פסק בית דין)

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2271692
בלאט: 1 2

רבי_חסידים » 31/8/2007 02:54

.

SIM89 » 31/8/2007 02:55

ס'איז א באמבע.
מער פרטים פליז.

SIM89 » 31/8/2007 03:16

רבי לעבן. ס'איז נישט פער.
האסט געווארפט א באמבע, און געלאפן צום תנאים, און מיר זענן געבליבן מיט'ן צינג אין דרויסן.

סלה » 31/8/2007 03:53

 לא בדיוק בחירות

אלא 3 דיינים ישבו  ויקבלו קהל כל אחד שיגש יצטרך למלאות טופס ולענות על כמה שאלות . לדוגמא מה השייכות שלך לבאבוב וכו'

כל העניין הזה הוא רק אחד מהדרכים לקבל תמונה יותר ברורה מכל הנושא . זה לא אומר שהפסק יוכרע רק לפי זה

_________________

מחדש_בטובו » 31/8/2007 09:20

העיקר שהדיינים יתפרנסו עוד כמה חודשים/שנים מכל הסיפור לפחות הם מרויחים משהו

רבי_חסידים » 2/9/2007 16:30

גענעראל פארזאמלונג דעם מאנטאג לעת ערב
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_חסידים » 2/9/2007 19:06

אסיפה כללית תתקיים בעהשי"ת ביום ב' נצו"י
בבית מדרשינו הגדול בבנין בית יעקב  45 סט.
בשעה 5:30 אחה"צ
 


תוקן על ידי רבי_חסידים ב- 02/09/2007 19:12:04

SIM89 » 2/9/2007 20:47

אפאר שאלות.
א, ווען זענן די וואלן?
ב, ווער קען וועלן?
ג, וואס איז די פשט אין דעם אז יעדן צד קען זעהן וואס מ'וועלט?
ד, וויפל פראצנטן וויל די בי"ד?

גענוג אויף דערוייל.

רבי_חסידים » 3/9/2007 08:32

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

רבי_חסידים » 4/9/2007 07:23

טויזנטער ביים אסיפה כללית מאנטאג נאכט אין באבובער בית המדרש 45 סט.

דרשות זענען געהערט געווארן פון
 
הרב שמחה ראטה שליט"א - דער טוען מצד קהילתנו ביים בית דין

הגאון ר' יעקב דוד גארדאן שליט"א ר"מ במתיבתא

הרב אליעזר ליפא מיללער בן הרב הגאון ר' פסח שליט"א ר"מ במתיבתא

הרב צבי ארי ריינהאלד שליט"א מנכ"ל מוסדות באבוב

דער עולם איז געזעצן נאנט צו  4 שעה צוגענאגעלט צו די פלעצער, און מיט געשפאנט אויסגעהערט די אינהאלטסרייכע דרשות

די דרשות וועלן קענען געהערט ווערן אויף האטליין "קול באבוב" 6444-990-212  דריקט 6

נאכן הערן די ווארימע דרשות געבויעט עפ"י דברי תורה והלכה, וועט קיין שום ערליכע איד נישט קענען מרים ידו זיין אין חתמענ'ן קעגען די ירושת כ"ק הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע   



תוקן על ידי רבי_חסידים ב- 04/09/2007 7:23:10

צווייבאבוב » 4/9/2007 14:49

אסיפה כללית למען הצלת ירושת כ"ק הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע
_________________

 

אסיפה כללית למען הצלת ירושת כ"ק הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע

[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 04/09/2007 15:38:09

ישרוהגון » 6/9/2007 00:10

רבי_חסידים-צוויבאבוב

 

אסיפה כללית למען הצלת ירושת כ"ק הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע

 

ילמדנו רבינו

כותרת זו ששמת לתמונת האסיפה מה באה ללמד, על איזה ירושה עסקינן ?

  • אילימא ירושה רוחנית? הלוא תורה מונחת בקרן זוית (ד"ת בכתב קלטות) וכל הרוצה יבוא וילמד כי ירושה היא לכל.
  • ואת"ל ירושה ממונית? והרי אף אחד לא לקח את רכושו של המהרנ"צ זצ"ל (דירתו חשבונות בנק שלו וקופת רבינו – הנמצאים בחזקת חתניו לוקחי בנותיו  (כנכסי מלוג או כנכסי צאן ברזל – ויש לפלפל).
  • ואת"ל ירושת בנייני קהל חסידי באבוב? הא אין זה רכושו של אף רבי אלא של ציבור החסידים [ושל כל כלל ישראל] שתרם, ואין להוציא הדבר מחזקתו.

וכל אחד בעולם, חסידי גור-בעלז-סטמר-וכו'-וכו' וגם מי שעזב את המקום יכול לבוא עפ"י דין לשבת ללמוד ולהתפלל (כי לכך נוצר מקום זה) שם ואין אפשרות למחות בידו זולת באם מעורר שנאת חינם ומחלוקת.

http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=11246

פאפקארן » 7/9/2007 16:00

כ'האב נעכטן געזעהן פיל מיט פרעמדע מענטשן וואס זענען געקומען וואטן.

מ'וועט דאך ממילא ארויסווארפן זייערע וואוט איז פארוואס קומען זיי?

פאפקארן » 7/9/2007 17:06

לדוגמא:  איך האב געזעהן ווי  UNCLE MOISHE גייט אריין וואוטן!

קאמענטארן זענען איבעריג.

פאפקארן » 7/9/2007 17:14

[בילד – נישט אפגעהיט]

the_mouse » 7/9/2007 17:29

אפשר וועט ער זינגען ביי נעילת החג?

ראדני » 7/9/2007 18:15

ווער זאגט אז מען גייט ארויסווארפן זייער וואויטס?
זיי קומען מיט א קוויטעל
דאווענען אין ביהמ"ד
געבן דינער געלט


promonade » 7/9/2007 22:22

יא, ווער Uncle Moishy?

SIM89 » 9/9/2007 16:49

עס איז דא היינט (א', דסליחות) נאך א אסיפה ואו ס'גייט רעדן הרה"ג ר' ליפא מיללער?

רבי_חסידים » 9/9/2007 16:58

הרה"ג ר' פסח מיללער והרה"ח ר' צבי אריה ריינהאלד וועלן רעדן.

SIM89 » 9/9/2007 16:59

ר' צבי ארי' נאכאמאל? וואס האט ער מוסיף צו זיין?

SIM89 » 10/9/2007 00:53

קען איינער באריכטן וואס איז היינט נתחדש געווארן?

פאפקארן » 10/9/2007 07:43

ביז היינט האב איך געמיינט אז די אלע פרעמדע וואס קומען וואוטן אין אלטן בית המדרש מן הסתם וועט דאס האבן א תךועלת ווייל אויב נישט פארוואס פעלט אויס צו שלעפן אזויפיל פרעמדע וואס האבן מיט גארנישט מיט באבוב צו וואוטן - אבער איך האב געטראכט מן הסתם "יש דברים בגו".

אבער היינט האב איך נאכגעהערט אז ווען איינער האט דאס אויפגעברענגט פאר איינער פין די רבנים אז קרוב צו 50% פין די וואס האבן געוואוט אין בית המדרש הישן [48] זענען אינגאנצן פרעמדע האט דער רב היושב בבית דין געגעבן א מאך אוועק מיטן האנט זאגנדיג "יעדער נאמען וואס וואוט אין איז נישט בנמצא אין די מעידזער באבובע ליסט וואס ביידע צדדים האבן דערצו מסכים געווען פאר די וואוטס וועט גלייך אריינגעווארפן ווערן אין מיסט אריין".

טייערע עסקנים הערסט אויף צו פייניגן די עולם מיט פארגרעסערן די ווארטן פאר צו חתמנ'ן דורך שלעפן יעדן צרוע וזב דם, ס'פאסט נישט, ס'איז זייער קינדעריש, מיר זענען שוין ארויס פין חיידער, די גאס לאכט ווען מ'הערט די נעמען וואס וואוטן, [uncle moishe] צו ברענגט בכלל אריין א קרירות אינם גאנצן זאך ווייל ס'מאכט עס אויסזעהן ווי איין שטיק חוזק, הערסט אויף מיט די שטותים, ס'דארף זיך נישט אהנזעהן אינדרויסן אז אונזערע מערכה ווערט אהנגעפירט דורך 25 יעריגע היצער'ס, גענוג!.

_________________

בבאבתרא » 10/9/2007 15:11

פאפ

כך אתה מתכונן לקראת ההפסד הגדול,
אשר ימצא אמת טענת באבוב שפרשו מהם רק כ 20 אחוז,
הדיינים המקבלים את החתימות עומדים ומשתוממים לנוכח האמונת חכמים שיש בבאבוב והציות המוחלט באהבה לקול מורינו הדומץ, 

רבי_חסידים » 10/9/2007 15:38

איפוא הם עומדים ומשתוממים? בכותל צד מזרח או בכותל בצד מעריב?

_________________

פאפקארן » 10/9/2007 16:24

בבא

דו זיצסט אין ארץ ישראל. איך בין דא אין ביהמ"ד בצל דער רב שליט"א, מענטשן שטייען און לאכן פון אונז, אונז ברענגן מענטשן פון די גאס חבירים, קרובים, שותפים, צוקוקערס, מען בעט יעדען צו חתמענען, גאנץ בארא פארק איז אויף מיט די פאלשע חתימות, יעדע רעדט אז מען וועט גיין פון הויז צו הויז זיך בעטן ביי מענטשןו צו חתמענן,

איך הער אז די דיינים האבן געלאזט וויסן אז די אלע פרעמדע חתימות, וועט מען ארויסווארפן,
 
דא אין ביהמד הער איך פון מענטשן וואס וויייסען די פאקטען, אז זיי האבן א גוטע מספר פון 40 פרעצענט, אז נישט וואלט בי"ד קיינמאל נישט אונטערגענומען אזא שווערע שריט פון חתימות ווען עס רעדט זיך פון 20 פראצענט. 

לויט די רשימות אנ"ש וואס מיר האבן אריינגעגבן צום בי"ד, שטייען זיי זייער גוט, און עס איז א שאד די צייט וואס מען שפילט זיך ארום, דער ענדע וועט זיין מען וועט זיי מוזן געבן צענדעליגע מיליאנן אדער בנינים פון די נכסי הקהלה, 

איך האב געהערט פון איינעם וואס האט גערדעט צו איינעם פון די דיינים, אז די גאנצע חתימות, איז צושטאנד געקומען ווייל בי"ד האט שוין אסאך מאל געבעטן אונזערע רשימה, און מיר האבן קיינמאל נישט געגעבן, דעריבער וויל בי"ד אונז ווייזן אז די חלוקה אין באבוב איז זייער נאנט, די  פרעצענטן זענען נאנט, די איינציגסטע וועג ווי אזוי בי"ד קען אונז דאס אויפקלערן איז אז ביידע צדדים וועלן אליין חתמענען, אזוי וועט בי"ד אליין צוזאמן שטעלען די גאנצע רשימה, און שניידן שטיקער נכסים פון אונז.

מיר ווייסן דעם אמת אז די דיפרענצן זענען נישט צו גרויס, די שוויצערס זענען דא זייער נערוועז, זיי ווייסן דעם אמת,  אז סוף כל סוף וועלען זיי שניידן פון אונז ארום 40 -50 פראצענט פון נכסי באבוב, וועגן דעם נאמען ווייס נאך קיינער נישט צו זי וועלן זיך צוגעבן דעם נאמען צאנז, אדער ביידע וועלן הייסן באבוב  

ווען מיר וואלטן געזעסן נארמאל ווי ערליכע אידן ביי איין טיש און פארהאנדעלט וואלטן מיר זיכער בעסער אויסגעקומען, אן די אלע העצערייען און מחלוקת, וואס וועט במילא אונז גארנישט העלפן

_________________

kevoidoy » 10/9/2007 16:54

אמת פאפקארן אז ס'איז טאקע א ביסל א ליצנות, אבער אויב וועלן מיר האבן 3000 וואוטס אין זיי נאר 700 אפילו אז אונז האבן געחתמ'ט רוב פרעמדע אבער מיט דעם אלעם דארף מען טוען אלעס אויף צו פארדרייען דעם בי"ד א קאפ!

דאס איז אונזערע לעצטע טשאנ'ס!!

_________________

בבאבתרא » 10/9/2007 19:57


פאפ שלום

אתה שמעת פעם על המושג בני מררי ?

ולעצם העניין כאן אצלנו בבאבוב עומדים מאות על גבי מאות וחותמים אין פרעמדערס, העסקנים אצלינו הם בדעת ישרה כאשר הם הצליחו בכל מהלך הדין תורה ב"ה,

ושם אצלכם בצל דיין רב, עומדים כמה משועממים ושומעים קינות בשלהי אלול מפומא דמרן הרצ"א,
וזה הולך להוביל אותם לניצחון הגדול שלהם, הם כבר גם מבינים שאת השם באבוב הם יוכלו לכתוב בלוח הזיכרון, ולא יותר על כסף עוד לא דברנו אבל גם לא מי יודע וואס !

ובודאי לא יותר ממה שהוצע בי"ג אדר ס"ה למרן הרמ"ד כדי שיוכל לצאת לדרך בצורה יפה,
אבל היתה בחירה אחרת להכנס לבית המדרש בשעה רבע לשמונה על מקום מרן מוהר"ש ומהרנ"צ זי"ע, ולדחוק לגמרי את מרן שליט"א ואתו עמו כל אלפי חסידי באבוב בכל רחבי תבל וכל ההיסטוריה ידועה,
ועכשיו אנו עומדים כאן ונראה מה יהיו חלומותיך 

    

רבי_חסידים » 10/9/2007 20:01

אתה ממש לא יודע מה הם חושבים ואולי טוב שכך כי זה עלול להזיק לבריאותך, כי גם ככה דפיקות הלב שלך נשמעים עד בארא פארק אז לבינתיים תיאחז בחלומותיך.

_________________

פאפקארן » 10/9/2007 20:33

בבא

הלוואי וואלסטו געווען גערעכט, אבער דער מצב איז ווייט נישט אזוי, איך ווייס קלאר מען שטייט ביי זיי מענטשען אין לאנגע שורות צו חתמענען, און טייל מאל האבן זיי אוועק געשיקט מענטשן, ווען עס איז געווארן שפעט. 
וואס האסטו פון דעם אז דו פארקויפט אז דו ביסט א נביא, און דו ווייסט וואס טוט זיך ביים בית דין, עס איז אסאך בעסער פאר אונז אז מען זאל זיך גרייטן אז מען וועט מוזן זיי געבען א חלק פון אונזערע נכסים, און ווי איידער ווען דער פסק וועט ארויסקומען זאלן דארפן שפרינגען .... 

מיר דארפן געדענקן עס איז א פאקט עס איז א פאקט זיי זענען א פאקט, און זיי האבן אזא גרויסען עולם, און זיי זאגן אז זיי זענען די יורשים, וועט בי"ד נישט קענען בשום אופן אפקומען מיט פעפקעס, ע"כ זאל מען יעצט נישט פארשרייבן אונזערע געווינסן, לאמיר ווארטן און זעהן מה יולד יום

_________________

סימר » 11/9/2007 00:43


פאפ

פאקט איז אמת אז זיי זענען אשטיקל עולם אפשר 400 אידען כולל בחורים אין בארא פארק,
און דאס איז וויניגער פון א שליש בערך 25% 

איך וארט אויפן פסק ב"ד וכל אשר יפסוק קודש יהיה, ואי"ה מוועט זיך קענען לייבען אין שלום,

אויב ב"ד וועט זיי גיבען דעם נאמעו באבוב אפי' בשם לווי' וועט גארנישט קענען אויפטוען   

פאפקארן » 11/9/2007 07:25


סימר

דאס באדערט מיר פון אונזער עולם - פארוואס אונזער אנ"ש טוט וויי אז יענער האט א גרויסער עולם - אונזערע מענטשן קענען דאס נישט אויסהאלטן - צו זיין אן ערליכע חסידישע איד, האט דאס מיט וויפיעל חסידים דער צווייטער האט - וואס איז דאס א סתירה, דו מיינטסט מיט האקען און קלאפן אויף זיי וועלן מיר וואקסען אדער מעהר שטייגען און תורה וחסידות -
 
עטליכע וואכן צוריק ווען זיי האבן געוואלט נעמען דעם זאל פון בנות ציון, האבן זיי געברענגט פארן בית דין א רשימה פון זייערע מענטשן וואס האבן געקויפט זיצען פאריאר ר"ה - איז געווען דארט איבער 700 שטרייימליך פארשריבען אן בחורים

_________________

סימר » 11/9/2007 09:13


פאפ היקר והחשוב מאד

מיך באדעט נישט בכלל אז זיי זענען קנע"ה אנ'עולם בכלל נישט און דו קענסט מיך גלייבען, 

נישט דיינע מספרים,איך האב אליין געציילט און חג השבועות ווען איך בין דארט געווען סך כ 385 שטריימלעך בתפילה און נעילת החג בערך 420 און בערך 130 בחורים 

ידער איינער קען ברענגען ארשימה פון אונדעטר דער שאלה וויפל קומען בפועל, און דאס טענעט באבוב ביים ד"ת,  

פאפקארן » 11/9/2007 15:35

זיי האבן געגעבן א ליסט צום בי"ד פון ארום 700 מענטשן - וואס אונזער צדהאט עס געזעהן - און מיר האבן נישט געקענט שניידן דערפון -

אגב דו אליין ביסט מודה אז די האסט געציילט העכער 400 שטריימליך - ע"כ קומט דאך אויס אז  אזא גרויסער ציבור פון העכער 400 אידן האבן ממנה געווען א צווייטן רבי'ן - עפעס מיינט דאס.

מיין בליק אין דעם ענין איז - אז עפעס מיינט דאס -  עפעס איז געשעהן וואס מיר פארשטייען נישט - עס בלייבט א תיקו -

_________________

סימר » 11/9/2007 17:38


יא פאפ

לכל הפחות אונדערט פון דעם, איז טאנצערס אוף ביידע פלעצער, דהיינו נישט דא מחויב און נישט דארט מחויב,
זיי קומען אריין דא אויף א'טיש און דא, אויף א' תפילה דארט, און בר' יעקב יוסלה, און סתם משפחה וואס מקען גארנישט טועהן מיט דעם כידוע, און קדושת ציון אייניקלעך וואס בלאנגען צו דעם u.n , און נאך אביסל איידמעס פון דעם און פון ינעם וכדו'

ס"ה חסידים 45 על כל דבר ועניין בערך 300 שטריימלעך, בערך 20% פון קהל חסידי באבוב
של כ"ק מרן רבינו שליט"א,

יאסעלעפליט » 11/9/2007 18:01

סימר

45 שרייבט שוין אזוי לאנג אין בית דין איך וויל פארמאכטע וואלן אין ווער עס האט 51% פון חברי הקהל באקומט אלעס.


פארוואס וויל 48 נישט הערן דערפון בשום אופן?  פארוואס ווילן זיי דווקא וואלען ווי מען קען טעראריזירען?

עס ווייזט אויף א מוראדיגער שוואכקייט פון 48 נער זיך נישט ווייל גאנץ בארא פארק זעט דאס.

גביר_אדיר » 11/9/2007 18:32

רבותי, ווי איז די עף. בי. איי. , אדער די סי. איי. עי.
איך געדענק אנהייב פון דעם איראקער מלחמה האבן זיי געזוכט דעם איראקער פראפאגאנדע מיניסטער, יא, יענער מיטן היטל, וועלכער האט זיך אוועק געשטעלט יעדן טאג ביים מייק און צוגעזאגט פאר אלע זיינע צוהערער'ס אז אמעריקע ציטערט אין די הויזן פון זיי, און אז זיי שניידן שטיקער פון אמעריקע, און ביז געציילטע טעג איז די גאנצע אמעריקאנער ארמיי אפגעווישט.

אבער פלוצלינג ווען אמעריקע איז אריין אין באגדאד איז דער ברנש נעלם געווארן, און מען האט עם געזוכט מסוף העולם ועד סופו.

איך גלייב אז כ'אב עם געטראפן, און ער שרייבט דא אויפ'ן פארק אונטערן ניק בבא בתרא, (איך האף אז מ'גייט מיך נישט חוסם זיין פאר גילוי). איך זע דא די זעלבע פראפאגאנדע.
- זיי האבן קוים צוואנציג פראצענט
- זיי האבן קוים דריי הונדערט מענטשן
- זיי ווייסן שוין אליין אז זיי גייען פארלירן דע נאמען באבוב
- זיי האבן שוין חרטה אויף די גאנצע מעשה
- זיי ווייסן שוין אליין אז זיי גייען נישט באקומען קיין גרויסע געלטער (ערגעץ צווישן א דאלער מיט א קוואדער און זיבן דאלער מיט ניין און ניינציג סענט)
- בלא בלא בלא בלאאאאאאאאאאאאאאא.

כעוורע רופט שנעל די עף בי איי, איך מיין זיי האבן דעמאלט צוגעזאגט אסאך געלט פאר ווער ס'העלפט עם טרעפן.

שעפסל » 11/9/2007 18:40

גביר, ס'וועט דעקען וואס זיי וועלין פארלירן אין באבוב?

האליגאנער » 11/9/2007 18:54

קיינער האט נישט קיין ספק אז אונז האבן 51%. די שאלה איז 30/70 אדער 20/80. כדי צו הייסן א מיעוט המינכר דארף זיין מער ווי 1/3. און אויב קארטשין וועט האבן אונטער 22%, וועלן זיי אינגאנצען פארלירן. אפשר וועלן זיי באקומען אביסל לא יחרץ געלט.

בכלל, דאס זענען נישט קיין וואלן. דאס זענען תובעים און נתבעים און דא איז נישט שייך עפ"י הלכה דאס צו מאכן פארמאכטעהייט. ר' שמחה ראטה האט דאס זעהר קלאהר מסביר געווען.

איך מעג וויסען אויב מיין זוהן, איידעם, ארבייטער אדער חבר איז מיך תובע און בי"ד. דאס הייסט נישט פרעשער, דאס איז א עולה פון דער תובע פארוואס ער טראכט אפי' פון תובע זיין א טאטע. און אויב איך בין תובע מיין בעה"ב ווייס איך אז מיין JOB איז איינגעשטעלט. טוט דען דער בעה"ב א עולה פארדעם וואס זיין ארבייטער האט מורא עם תובע צו זיין?

אז קארטשין וועט געווינען א בנין, וועט דאס מיך דירעקט קאסטן, ווייל די קהילה ואני בתוכם וועט דארפן צושטעלן נאך א בנין. ממילא, יא! דו מאנסט מיר פערזענלעך און איך נעם עס
פערזענלעך - מאן מיך נישט!!!






תוקן על ידי האליגאנער ב- 11/09/2007 19:00:42

גביר_אדיר » 11/9/2007 19:04

שיינע תירוצים

אברהםהערש » 11/9/2007 19:17

איך ווייס נאר אז איך בין אלליין יעעצט געווען שבת סליחות אין 48 סטריט אונד ביי אללע תפילות אונד טישען איז געווען געפאקט. איך מיין אפילו מער וויא ביים הייליגען טאטען זי"ע אונד דער עולם קימט מיט חשק אונד גייט נישט אוועק ביז דער רב שליטא האט זיי פערזענליך געווינשט גיט שבת אדער א גיטע וואך.

פרופוגנדה מיז מען ביי אונז בכלל נישט מאכען, מדארף נאר גייען מיט אופענע אויגען, נישט מיט קנאה אונד שנאה

פעפערקורן שרייבט אלז איינער וואס וווינט אין בורו פארק. מיר דאכטס זיך אז ער לעבט אויף איין אנדערען פלנעט.

לאןאתההולך » 11/9/2007 19:24

אז קיינער האט נישט קיין ספק אז עטץ האטס 51% - אויב אזוי פארוואס שלעפט מען פרעמדע מענטשן - וואס די גאנצע שטאט רעדט דערפון - עס איז דא שוין א ליסט פון איבער 350  פרעמדע מענטשן וואס האבן געחתמט אין 48- עס איז זיכער דא מעהר - אבער דאס האבן מיר יעצט לעת עתה צוזאמעלט געשטעלט - פון מענשטען וואס האבן איבערגעבן - און וואס פרעמדע מענטשן דערציילן אליינס - אז זיי האבן געחתמנט - אויפן פארלאנג - פון קרובים - שותפים - ארבייטערס - שכנים - גוטע פריינט - וכו'

די מענטשען זאגן זיי זענען קיינמאהל נישט געווען אין באבוב - און זיי וועלן קיינמאהל נישט זיין אין באבוב

איינער דערציילט מען האט אים גערופן חתמנן ווייל ער האט פאר פערציג יאר צוריק געלערנט אין קינדערגארטן - האט דער בי"ד אים געפרעגט - דו ביסט א באבובער- אוודאי - דו געדענקסט דעם מהר"ש - א וודאי - א שיינע הדרת פנים מיט שווארצע ווייסע בארד אויסגעזעהן ווי א מלך ישראל.-

טראכטס אריין גוט: דער איד איז געגאנגען פאר פערציג יאר צוריק אין קינדערגארטן - ער איז 38 יאר נישט געווען אין באבוב - דער איד האט א תביעה עפ"י תורה ווער עס זאל זיין דער רב אין דער קהלה - יענס געווינס - מיט אזעלכע חתימות -

האליגאנער » 11/9/2007 19:57

לאןאתהולך


אז קיינער האט נישט קיין ספק אז עטץ האטס 51% - אויב אזוי פארוואס שלעפט מען פרעמדע מענטשן - וואס די גאנצע שטאט רעדט דערפון

אונז ווילען א landslide.

- עס איז דא שוין א ליסט פון איבער 350  פרעמדע מענטשן וואס האבן געחתמט אין 48- עס איז זיכער דא מעהר - אבער דאס האבן מיר יעצט לעת עתה צוזאמעלט געשטעלט - פון מענשטען וואס האבן איבערגעבן - און וואס פרעמדע מענטשן דערציילן אליינס - אז זיי האבן געחתמנט - אויפן פארלאנג - פון קרובים - שותפים - ארבייטערס - שכנים - גוטע פריינט - וכו'

ס'דא א ליסט?? ווייז מיר...לופט בלאזט זיך לייכט

די מענטשען זאגן זיי זענען קיינמאהל נישט געווען אין באבוב - און זיי וועלן קיינמאהל נישט זיין אין באבוב

איך דארף נישט קיין סאך פון די מענטשען - ווייז מיר נאר 10, און בכלל בי"ד וועט דאס שוין מכריע זיין.


איינער דערציילט מען האט אים גערופן חתמנן ווייל ער האט פאר פערציג יאר צוריק געלערנט אין קינדערגארטן - האט דער בי"ד אים געפרעגט - דו ביסט א באבובער- אוודאי - דו געדענקסט דעם מהר"ש - א וודאי - א שיינע הדרת פנים מיט שווארצע ווייסע בארד אויסגעזעהן ווי א מלך ישראל.-

דער מעשה זעהט אויס צו זיין קראנט, האסט מיך איבערגעצייגט. איינער דערציילט???


טראכטס אריין גוט: דער איד איז געגאנגען פאר פערציג יאר צוריק אין קינדערגארטן - ער איז 38 יאר נישט געווען אין באבוב - דער איד האט א תביעה עפ"י תורה ווער עס זאל זיין דער רב אין דער קהלה - יענס געווינס - מיט אזעלכע חתימות -

איך טראכט אריין, זאג מיך ווען צו סטאפען.

*************** type="text/" language="">menuMgr21142774.renderMenubar();

_________________

רבי_חסידים » 11/9/2007 20:15

א landslide פין פרעמדע...

האליגאנער » 11/9/2007 20:20

איך ווארט נאך אויף דער ליסט פון 350 פרעמדע...

דיין טאכטער האט מזנה געווען - האסט נישט קיין טאכטער - נא נא, גיי פארענטפער זיך...

_________________

לאןאתההולך » 11/9/2007 20:29

הוליגאם:
האט שוין געזעהן א פרעזידענט האט געווינען די וואלן  - ווייל ער האט געהאט א לענדלסלייד פון פרעמדע בערגער ווי כינעזער, יאפאנער, אינדיאנער, וכו'?

דאס בי"ד האט שוין מודיע געווען אז האבן באגעגענט פרעמדע מענשטן ביי די חתימות - זיי ווילן יעצט נישט אריין דערין - ווען עס וועט קומען דערצו אז מען דארפן ארויסנעמען די חתימות -(עס איז נאך א שטארקע ספק צו בי"ד וועט זיך באנוצען מיט די חתימות) , וועט מען אלע אלע פרעמדע חתימות אריין שיקען אין דעם שרעדער! 

ווייזן די ליסט: די דיינים וועלן באקומען די ליסט (לכאורה ביז דעמאלטס וועט די ליסטע נאך היבש וואקסן מיט נאך הונדערטער)

איינער דערציילט: נישט נאר איינער דערציילט - נאר מערערע דערציילן דאס זעלבע אדער ענדליכעס אין די גאנצע שטאט

די לעצטע טעג אין 48 האבן אנ"ש דארט געטראפן מענטשן וואס זיי האבן נישט געזעהן 30 יאר!

אנ"ש האבן געזעהן דארט פנימער וואס זיי האבן אין זייער לעבן נאך נישט געזעהן!

מענטשן האבן נישט געוואוסט ווי מען גייט אריין אין ביהמ"ד און ווי מען גיייט ארויס!

א איד פון וועסט סייט איז אריין געקומען און באטראכט דאס ביה"ד הגדול - האט איינער געפרעגט וואס ער קוקט - האט ער געענפערט "פוירסו טיים היער"! 

א איד איז געשטאנען דארט - האט אים א עסקן געפרעגט - איהר האט געסיינט - האט ער געזאגט יא - אבער איך ווארט צו באקומען דאס געלט פאר די טעקסי וואס האט מיך אהערגברענגט !
  

האליגאנער » 11/9/2007 20:45

האק נישט קיין טשייניק, דאס איז דיין פראבלעם? פרעמדע? האלב פון ענקער עולם זענען לכתחילה פרעמדע. איך בין אריין ביי ענק צו א קידוש און איך האב געזען א געוואלד פון פרעמדע.

וואס דארפסטו מער אז ענקער גאנצע תביעה יעצט אויף בנות ציון פאר די ימים נוראים איז געווען ווייל ענק דארפן אקאמאדירן די "פרעמדע" וואס קומען מיט דארשט צו הערן אונגער'ס מאה קולות.

_________________

לאןאתההולך » 11/9/2007 21:03

ביסט גערעכט - ביי יא קידוש קומען פרעמדע מענטשען וואונטשן מזל טוב

דו ווייסט דאך דעם אמת אז "פרעמדע - פרעמדע" ברענגט מען ביי ענק צו סיינען

פרעמדע קומען נישט!
פרעמדע ברענגט מען!

shulemberg » 11/9/2007 21:08

איך ווער דא צומישט
פרעמדע ברענגט מען,דאס הייסט אז אלע פרעמדע וואס זענען געקומען ווינטשן מזל-
טוב האבן ענק "געברענגט"?
פרעמדע איז כשר!
"פרעמדע-
פרעמדע" (ביטע זיי מסביר וואס דאס מיינט) דאס טויג נישט!
ווי אזוי איז מען מחליט, ווער איז א"פרעמדע"און ווער איז א "פרעמדע-
פרעמדע"?
תוקן על ידי - shulemberg - 11/09/2007 21:11:42

_________________

גביר_אדיר » 11/9/2007 22:18

לאן, פאפקארן וכל השאר,
פאר ווער ס'האט געהערט די דרשה פון ר' שמחה ראטה, קען זייער גרינג פארשטיין וואס איז דא די ציל פון 48. ער האט דאך מסביר געווען אז די סיבה פארוואס בי"ד האט מחליט געווען צו מאכן דעם סוירוועי איז דערפאר ווייל 48 האט נישט געוואלט ברענגען קיין רשימה, נאר אנשטאט האבן זיי פארצויגן אלע זיצונגען מיט פרובירן אפווענדן די 45 רשימה, און אזאנס קען אנגיין פאר יארן אן קיין סוף, און דערווייל זיצן זיי אינעווייניג און 45 אינדרויסן, ממילא האבן זיי מחליט געווען קודם צו זען דעם דעת הקהל און שפעטער וועט מען שוין זען ווער איז א באבאווער און ווער נישט.

און דאס ווילן זיי יעצט דערגרייכן. צו קענען נאכאמאל שלעפן בי"ד אפאר יאר מיט זיך ארום קריגן אויף יעדע חתימה וואס זיי האבן געברענגט, קען ער יא, אדער קען ער נישט בוחר זיין.

איך גלייב אבער אז בי"ד איז נאכנישט אינגאצן משוגע און זיי קענען אויך כאפן דעם טריק, און איך וויל האפן אז בי"ד וועט זיך שוין אן עצה געבן מיט די חברה און ארויסגעבן א פסק - יהי' מה שיהי' - בקרוב ממש און מען זאל קענען אנהייבן גיין אויף פאראויס.
בלאט: 1 2