היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייע "בנות ציון" עפענט זיך דעם דינסטאג הבעל"ט

נייע "בנות ציון" עפענט זיך דעם דינסטאג הבעל"ט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2271473

the_mouse » 30/8/2007 18:46


די נייע מיידל שולע "בנות ציון" דבאבוב אין בארא פארק. עפענט אויף אירע טויערן דעם קומענדיגן דינסטאג פ' נצבים וילך הבעל"ט, ווי נאנט צו 500 תלמידות בליעה"ר, וועלן אי"ה אריינמאשירען מיט שטאלץ און פראכט, צו זייער נייע היים ווי די תלמידות וועלן נתחנך ווערן על דרך ישראל סבא הסלולה לנו מרבותינו הק' זי"ע, העומדת תחת נשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א ובראשות הגה"צ אבד"ק באבוב שליט"א.

 

 

 

the_mouse » 30/8/2007 19:26

[בילד – נישט אפגעהיט]

the_mouse » 30/8/2007 20:06

ברוך שהחיינו וקימנו לזמן הזה.
כי עתה הרחיב ה' לנו ופרינו בארץ!!!

באבוב וואקסט און בליעט בליעה"ר מיט גרויס סייעתא דשמיא.

בית צדיקים יעמוד וואס די הייליגע ירושה ווערט נמשך בגאון ועוז. און דער כח הקדושה בחצר הקודש באבוב ווערט פארגעזעצט ברום המעלה. - וועלכע וועלן בס"ד מיט די כח פון די צדיקים מנחילי המסורה ומייסדי בית אולפנא הדין, וואקסען און בליען לשם ולתפארת עד ביאת גוא"צ בב"א.

הרחיבו מקום אהלך!!!
 
ברכת כתיבה וחתימה טובה

קושקע » 30/8/2007 20:37

וואס? איר האט איבערגענומען דעם גאנצן בית יעקב בנין? איז עס אפגעקויפט? בית יעקב ברויך עס נישט?

the_mouse » 30/8/2007 21:32

דער נייע בנין איז 41 סט. ביי 10 עוו. - אויפגעבויעט דורך וויזניץ פאר א מיידל סקול - באבוב האט אפגעדינגן א האלבע בנין מיט הערליכע קלאס רומס פאר די נייע מיידל סקול  

סאטמרחסיד » 31/8/2007 05:27

היתכן מען פאלגט נישט בית דין?
בי"ד האט געפסקנט אז בנות ציון איז אונטער די הנהלה פון צד 48, וואס איז דאס עפענען א מוסד מיט די זעלבע נאמען מיט די זעלבע סימבאל מיט די זעלבע אלעס???