אן אריינגיין אין די שמוציגע און גרויליגע דעטאלן פון דעם נושא איז אינטערעסאנט צו עפענען א תגובה איבער די נושא פון די רעפובליקאנער צבוע'קעס וועלכע זענען אלעמאל ביזי צו כאפן יענעם ביי אן עבירה, בשעת זייערע ראנגען זענען אזוי דורכגעפוילט און פארדארבן.
יעדער איינער געדענקט נאך וויאזוי די רעפובליקאנער האבן אויסגעטיילט צרות צרורות פאר'ן געוועזענעם פרעזידענט קלינטאן פאר זיינע חטאים נגד משפחתו ולהבדיל נגד שמים. די רעפובליקאנער האבן געברענגט מעסעדזשעס פון הימל אז קלינטאן דארף נענש ווערן נאך אויף דעם עולם, און האבן זיך געשוואוירן אז דזשיזעס אליינס וויל זען קלינטאן אראפ פון בענקל, און אים באשטראפן פאר זיינע זינד. ס'איז זיי נישט אנגעגאנגען אז זיי וואשן אויס איינעמ'ס פריוואטע שמוציגע וועש אין פובליק און פארשעמען דערמיט אמעריקע כלפי די גאנצע וועלט.
איך בין אויך נישט אין הימל, אבער ס'איז גאר מעגליך אז זיי באקומען יעצט צוריק מדה כנגד מדה, און נאכדערצו מיט פראצענט. יעדע פאר וואכן ליינט מען אין די מידיא איבער פרישע גרויליגע סקאנדאלן ביי די טאפ טאפ רעפובליקאנער, און מען רעדט דא פון אזעלכע מיאוס'ע חטאים וועלכע מאכן קלינטאנ'ס עבירות אויסקוקן ווי מצוות, און אינטערעסאנט איז אז מען כאפט דווקא די רעפובליקאנער וועלכע זענען אלעמאל ביזי מיט יענעמ'ס עבירות.
היוצא לנו מזה אז יעדער גוי איז אייניג פארדארבן, אזוי ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות דער סאטמארער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט, ווען מען האט געוואלט שטימען קעגן א פאליטישאן נאר ווייל ער איז געווען א בעל עבירה, און אלתר משה גאלדבערגער און די קאשויער און אנדערע משוגעים וועלכע פירן א צניעות מערכה קעגן געוויסע פאליטישאנס זאלן זיך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אז יעדער פאליטישאן איז אייניג. דער חילוק איז נאר אז די וואס האלטן זיך פרומער זענען פאקטיש מער פארדארבענער.
_________________