די מוסדות האבען מורא אריין צו נעמען אזוינע קינדער, ווייל ס'איז פאר זיי צו א גרויסע טירחא זיך צו צושטעלען.
פארשטייט זיך אז דער פראבלעם איז בעיקר פאר קינדער וואס געהערען נישט צו א פארטיי וואס פארמאגט אייגענע מוסדות, און דערפאר שפירען נישט די חדרים אן אחריות צו דיע קינדער.
מאידך גיסא, די חדרים וואס שטעלען זיך יא צו, זענען אויך נישט גרייט אז ביי זיי זאלען זיך ציזאמען נעמען מער ווי די נאטירליכע פערצענט פון קינדער וואס האבען אלערדשיס.
דער פראבלעם זעהט נישט אויס ווי ס'זאל אינטערעסירען די רבנים/עסקנים קיין סאך, זיי האבען דאך וויכטיגערס ווי דעם אויף'ן טיש. "ריבו ריב אלמנה" איז נאר געוועהן שייך אמאל.
ב"ה אז לעצטענס ווערט די פראבלעם פון אלערדשיס מער באקאנט, און חדרים זאלען קענען זאגען פאר עלטערען אז זיי האבען א ספעציעלע פראבלעם... ווערט אלץ שווערע.
לעצטענס איז דא נאך א אינטערעסאנטע דעוועלאפמענט.
זעהט אויס אז די סטעיט אנערקענט מער אין דעם פראבלעם פון סקולס וואס זענען נישט גערישט אויף קינדער מיט אלערדשיס, און זיי הייבען די פרעשור אויף זיי דורך פארשידענע מיטלען.
http://www.wnyc.org/news/articles/84391
לאמיר האפען אז גאווערנער שפיטצער וועט טרעפען א וועג צו האבען א שליטה אין דעם הינזיכט אויך איבער אונזערע מוסדות ויד ה' בידו יצליח.