היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » סאטמאר מאכט שלום מיט קלויזענבורג

סאטמאר מאכט שלום מיט קלויזענבורג

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2266982

שם_אחר » 23/8/2007 01:46

שלום שלום צווישן אידן

[בילד – נישט אפגעהיט]



Baachi » 23/8/2007 19:31

בשורה טובה פאר אלע חסידים

דער שלום איז קיינעם נישט מחייב, וועמען עס פעלט שטארק אויס די מחלוקת צום געזונט אדער צום חסידות קען זיך ווייטער קריגען כרצונו. 

מיט די זאלונים פון סאטמאר
מיט חסידי ארה"ב בארא פארק פון קלוז"ב

זייטס אלע מתפלל אז דער שלום זאל נישט אויסברעכען ח"ו אויף אלע פראנטן, וואס וועט מען שמועסן אין די מקוה?

ושלום על ישראל

על_הגאולה » 23/8/2007 20:57

מען קען אייביג רעדען פון דעם רב הצעיר און דער ראש הישיבות

travel » 23/8/2007 22:36

Intresting, If there is a "Real" Peace Between that 2 Sects why in today Newspaper -Der Blatt- they dont make any headlines, just writing that he went to see Yerishe Stuff .
And a Bigger Question is WHY ARE THEY CALLING THE KLAUSENBURGE SHUL IN TZEFAS
T H E   S H I N I V E  B A I S   M E D R E S H
if there is a real peace they should of write sanz or klausenburg

Intresting


jid_613 » 23/8/2007 23:09

דער יחוס פון דער צפת'ער קלויז איז "נאר" אז דער שינאווער רב האט דאס מייסד געוועהן.

ברם זכור אותו האיש לטוב אז ער האט דאס משפץ געוועהן און באזעצט מיט א מנין וכו'

אזתתחזק » 24/8/2007 00:04


על הגאולה די שרייבסט

מען קען אייביג רעדען פון דעם רב הצעיר און דער ראש הישיבות


שרייב דעם גאנצן טיטל "ראש הישיבות הצעיר" 

Baachi » 24/8/2007 06:52

Travel

טיעק איט איזי

דו מיינסט אז 50 יאהר שנאה ווערט פארשוואנדן מיט איין וויזיט?

מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן

אזתתחזק » 25/8/2007 00:13


סאו באטשי עס איז נישט פארשווינדן געווארן די שנאה...

אגב וואס טוט זיך מיט די רב הצעיר און דער ראש הישיבות הצעיר.

אפשר זאל מען מאכן א כולל לרבנים צעירים

גביר_אדיר » 26/8/2007 09:34

אזתת,
איך האב עפעס אזא חשש אז דו האסט עפעס א שייכות צוקלוזנבורג-אמעריקא, בין איך גערעכט?

תוקן על ידי גביר_אדיר ב- 26/08/2007 9:37:37

Baachi » 26/8/2007 21:20

גביר

ממש אפענע רוח הקודש זעהט מען ביי דיר...

לאמיך דיר מגלה זיין א סוד כמוס שקיבלתי מאחד החיות הקודש .

ס'דא אשטארקע הוה אמינא, ממש א קרוב לוודאי פון א יש אומרים אז מגייט אויפ נעמען דעם אז תתחזק פאר דעם נישט אפיציעלן פאסטן פון דעם קלוזנבורגער יוסף ניינציג.

חוה"מ סוכות גייט זיין וואהלן

You saw it here first.

אזתתחזק » 27/8/2007 00:55


גביר_אדיר

דעם קומענדיגן מאהל ווען דערווייסט זיך פון אזעלכע גרויסע סודות, געב עס נישט ארויס, ווייל ביז היינט האט יעדער דא אין היידפרק געמיינט אז איך בין גער'ער חסיד..........


באטשי איך מיין אז דיך קען קיינער נישט ביטן........

איך ווייס דעם טיטל יענעם טיטל, איין זאך ווייס איך אז בטשי' איז די רב הצעיר דקרית צאנז-היידפרק

עס איז פשוט א וואונדער אז די ביסט פארנועמן מיט די זלונים מיט די קלוז"ב-ב"פ (כלשונך)

ווען עס וועבט זיך אזא שיינע צעירים מחלוקה ביי דיר אינדערהיים....

איך בעט דיך אבער ווער נישט "רויעט" ווי פייער

גביר_אדיר » 27/8/2007 08:09

אזתת
שכוח פאר דיינע הערליכע ווערטער.
כ'אב פשוט געדארפט זיכער מאכן כדי צו וויסן וויאזוי אויפצונעמען דיינע ווערטער איבער דעם גאנצן ענין פון קלוזנבורג.
דרך אגב, איך ווייס נישט צו דו קענסט ווערן דער ניינציגער יאסל פון קלוזנבורג, ווייל דער ניינציגער איז איינער פון די גרעסטע קעפ דארט דער שרייבער ברענגט אזעלכע זאכן אז איך זאג דיר ער באקומט זיין אינפא סטרעיט פון משה, מנשה, א. לי., וכל הקליקע הק'. אויב האסטו אויך אזעלכע גרויסע און חשובע אינפא פראוויידערס קען מען רעדן דערפון, אויב נישט וועסטו זיך מוזן באגנוגן מיט טיטל אזתת.

_________________