היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שרעקליך!!!! געשעפט אייגנטומער נוצט השגחה אנעם וויסן פונעם בע...

שרעקליך!!!! געשעפט אייגנטומער נוצט השגחה אנעם וויסן פונעם בע...

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2266905

שלמה_שמש1 » 22/8/2007 23:42

שרעקליך!!!! געשעפט אייגנטומער נוצט השגחה אנעם וויסן פונעם בעל מכשיר
ווי מען הערט פון מאנטריאל איז געווען אין געשעפט א פאלטשע צעטל פון דעם וואלעווער רב שליט"א אז דער געשעפט איז אונטער זיין השגחה, נעכטן דינסטאג האט דער רב ארויס געגעבן א בריוו אז עס איז פאלטש אין ער האט קיינמאל נישט געגעבן אויף דעם קיין השגחה.

עס רעדט זיך פון א טעק אט וואס איז אין א סופערמארקעט אין די געגענט ווי דער היימישער עולם פארט זומער אויף אפרי עס איז זייער נאנט צו די סאטמארע קאלעני וואס רופט זיך פריפאנטעין.

ווער עס ווייסט מער פרטים זאל עס דא שרייבן

my_pen » 23/8/2007 18:03

שלמה, לייען איבער די צוויי צעטלעך און זאג די מיר אויב ס'שטומט,

וואלאווא רב שרייבט קלאר אז ער "נעמט אראפ" די הכשר, אן א פארווואס, און ער דערמאנט נישט קיין שום אנדערער געשעפט, נישט קיין בעקערי אין מאנטריאל, און נישט קיין פלייש געשעפט אין קאנטרי, ער רעדט פון איין געשעפט, און ער זאגט אז ער געט מער נישט קיין הכשר דארט,

וועד הכשרות שרייבט אויפן צעטל, אז וואלאווא רב האט געזאגט אז ער האט "קיינמאל נישט" געגעבן קיין הכשר, נישט אז ער נעמט עס אראפ, און אויך זיי רעדן נישט פון קיין צוויי געשעפטן, נאר זיי שרייבן "הנה בשכונותינו יש חנות..", וואס דאס מיינט איין געשעפט,

ווער געוואויר מער פרטים.

ראשבראש » 23/8/2007 18:23

קוק גוט וועסטו זעהן אז דער וואלאווער רעדט נישט פון קיין געשעפט נאר פון מאכלים, די געשעפט האט קיינמאל קיין השגחה נישט געהאט, נאר די קאך פונעם געשעפט, און דער בעל הבית האט אונגעהויבן אריינברענגען מאכלים פון אנדערע און דער עולם האט זיך איינגערעדט אז די מאכלים זענען אויך פון וואלאווע.

דרך אגב, דעם וואלאווער'ס משגיח האט דאס נישט געכאפט

עפשטיין » 23/8/2007 18:48

אין מאנטריאל איז נישט דא קיין בעלי מכשירים אז זיי דארפען אימפארטירען משגיחים פון נו יארק?

ראשבראש » 23/8/2007 20:38

פארפאלן, וואלאווע האט א גיטע נאמען, גיי אריין אין רוב געשעפטן אין נ"י און אין מאנטריאל וועסטו טרעפן פראדוקטן פון עדה.

שקל_שלם » 23/8/2007 23:04

קול מבשר מעלדט אז "די נייעס וואס מ'האט נעכטן געמאלדן וועגן א סטאר נעבן פריפענטעין איז געווען א טעות, וטעות לעולם חוזר".

וואס מיינט עס? האט יענער אים געגעבן אפאר טאלער? פארוואס איז נישטא אין די צייטונגען די בריוו פון וואלאווער רב?

איוואן » 24/8/2007 00:10

קול מבשר מעלד דארט אז עס איז בטעות "אריינגעפאלן" א באריכט איבער די כשרות פראבלעם וטעות לעולם חוזר.

דאס כשר'ט אבער נאך נישט די מעשה.   לכאורה.

ראשבראש » 24/8/2007 00:19

דער וואלאווער דרייט ארום, ווייל די פאקטן קענען אים שאטן...............  (אזוי האב איך פריער געהערט פון א גרויסער אין כשרות) ימים יגידו..

ראשבראש » 27/8/2007 16:26

באקומען אין אישי פון כרזימא, לויט דעם שטימען ביידע צעטלעך.

וועגען די הכשר פון וואלאווע אין מונטריאל

די מעשה איז ווי פאלגענד:
עס איז דא א נייע טעיקאויט וואס פלעגט נעמען די בעקערי פראדאקטן פון "לשובה" און ער האט ארויף געשטעלט א קאפי העכער די בעקערי פראדאקטן פון די הכשר פון וואלאווע.

די אנדערע זאכען זענען נישט געווען מיט די וואלאווע הכשר. און עס איז אויך נישט געשטאנען אז עס איז פון די הכשר.

איינער האט געזאגט פאר די וואלאווע אז עס שטייט אין די טעיקאויט אז עס איז מיט זיין הכשר. האט די וואלאווע אראפ גענומן די הכשר פון די בעיקערי.

למעשה איז עס געווען סתם א טעות און די וואלאווע פאסט נישט צוריק צו ציען במילא וויל ער פון גארנישט הערן.

ס'הייסט אז סקווירא בי"ד גייט דארט געבן א הכשר אויב די וואלאווע ציט נישט צוריק.

פאטאקי08 » 27/8/2007 18:51

ראש בראש

און וואס שטימט יעצט בעער די בריוו פון ר' משה מנחם????????

ראשבראש » 27/8/2007 18:56

ר' משה מנחם שרייבט אז די געשעפט האט קיינמאל קיין הכשר נישט געהאט, דאס איז אמת, נאר די פראדוקטען פון לא סאובא האבן געהאט א הכשר.

דער וואלאווער איז געווען איבערגעאיילט מיט אראפנעמען דעם השגחה פון לא סאובא וועלעכער האט נישט געטון קיין שום עולה.

לאמיר נאר ווארטן און זעהן וואס סקווירא בי"ד ווען טון.

פאטאקי08 » 27/8/2007 19:31

נישט דאס שרייבט ער

קוק איבער די בריוו

ער שרייבט אז ער האט גערעדט צום וואלאווער און ער האט אים  געזאגט אז לא שובע האט קיינמאל נישט געהאט זיין הכשר

פאטאקי08 » 27/8/2007 19:34

[בילד – נישט אפגעהיט]

פאטאקי08 » 27/8/2007 19:36

[בילד – נישט אפגעהיט]

ראשבראש » 27/8/2007 19:37

די קענסט ליינען?????????

ומעולם לא נתן השגחה על "החנות"

פאטאקי08 » 27/8/2007 20:57

זעט אויס אז ראש בראש קען נישט קיין ענגליש

משה_זיכמוך » 27/8/2007 22:02

פארוואס פארשטייט נישט דער עולם אז עס איז געווען צוויי סטארס מיט די זעלבע נאמען??? אז איין סאטר איז אונטער די השגחה האט דאס גארנישט צוטאן מיט די צווייטע כאטש די בעה"ב פון די בעקריי אין מאנטריאל איז אויך א שותף אין די סטאר אין די קאנטרי מיינט עס נישט אז די השגחה איז גילטיג אויך דארט נאכדערצו ווען עס איז בכלל אנאדערע סארט עסן.

עס איז כדאי צו באמערקן אז דער עולם אין מאנטריאל ווייסט נישט פון די לא סאווע אין שטאט עס איז א בעקעריי וואס איז לכאורה נישט אפען צו דעם פאבליק ע"כ רעדט קיינער נישט פון די צווייטע סטאר.
 
די סטאר אויף ראד 117 האט דער גאנצער היימישער ציבור איינגעקויפט און זיי זענען שאקירט ביז גאר אז מען האט זיי פארקויפט פראדוקטן אונטער די השגחה פונעם וואלאווער אבער אין פאקט האט דער וואלאווער נישט געגעבן קיין השגחה נישט אויפן סטאר אין נישט אויפ די פליישיגע פראדוקטן בלי שום חולק!!!  אין עס איז פשוט אז ער האט נישט געגעבן קיין השגחה דעראויף - חוץ וואס די פאקטן זענען קלאר - ווייל עס איז געווען בעלזער פלייש וד"ל

פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס דער וואלווער רעדט נישט פון קיין נייע סטאר נאר פון איין סטאר אין אויך פארוואס ער שרייבט הוסרה השגחה אין נישט אז ער האט קיינמאל נישט געגעבן קיין השגחה, איז אויך זייער אויבערפלעכליך, ער דארף ער נישט אראפנעמען קיין השגחה וואס ער האט נישט געהאט געגעבן... נאר וואס ער האט יא געטון איז גע'קנס'ט דעם בעה"ב אז ער האט אים אראפגענומען די השגחה וואס ער האט אים יא געהאט געגעבן. 

ווי איך הער האט דער בעל החנות אראפגענומען דעם השגחה צעטעלע גראד ווי נאר עס האט זיך אנגעהויבן די שערורה דאס איז געווען באלד א וואך פאר דער וואלאווער אין דער וועד הכשרות פון סטמר האבן געגעבן זייער צעטל. דאס איז אויך א באווייז מיט וואס מען האנדעלט דא.

משה_זיכמוך » 31/8/2007 00:25

איז דא עפעס נייעס פון מאנטריאל בנוגע די גאנצע שערורה?