היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רבינו שליט"א (מהר"א) אין פראנקפורט

רבינו שליט"א (מהר"א) אין פראנקפורט

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2266451

זענטער » 22/8/2007 11:45

נעכטן דינסטאג האבן הונדערטער אייראפעאישע אידן מיטגעלעבט א דערהויבענע טאג בצילא דמהימנותא!

בערך 8 אזייגער אינדערפרי איז רבינו שליט"א אנגעקומען קיין פראנקפורט
ער איז תיכף צוגעפארן צו די וועסטענד שוהל, געגאנגען אין מקוה,
און דער פלאן איז געווען צו דאווענען אום 9:30 אינאיינעם מיט די פילע געסט.

אבער דער באס פון לאנדאן איז שטעקן געבליבען בערך א האלבע שעה אוועק,
און עס האט געדויערט כמעט אנדערט האלבן שעה ביז מ'האט ערלעדיגט אן אנדערן באס.
רבינו שליט"א האט מחליט געווען אז ער וועט נישט גיין דאווענען ביז דער באס קומט אן,
דערווייל האט רבינו שליט"א אויפגענומען דעם עולם פון בעלגיע, וועלכע האבן זיך געוואלט מזכיר זיין בפו"פ פאר די הייליגע טעג הבאים לקראתינו לשלום. ווי אויך די פילע לאנדענער וואס זענען געקומען מיט קארס און עראפלאנען.

מען האט זיך געשטעלט דאווענען בערך פערטל צו עלף, דער שחרית איז געווען גאר ווארעם ווי געווענליך.

דערנאך איז סערווירט געווארן א גאר ברייטער פרישטאג פאר אלע אמעריקאנער און אייראפעאישע געסט
צוגעשטעלט דורך אנ"ש מאנטווערפען.

דערווייל איז רבינו שליט"א געלאדנט געווארען צו א מסיבת סיום דורך די חברה משניות שע"י קהלתינו הק' באנטווערפען, ביי וועלכע רבינו שליט"א האט משמיע געווען דא"ח.

דערנאך האט רבינו שליט"א ממשיך געווען צו געזעגענען דעם עולם ביז אין די שפעטע מיטאג שעה'ן
אזוי אז עס איז שוין נישט אויסגעקומען קיין צייט צו פארן קיין מיכלשטאדט ווי דער אריגינעלער פלאן.

רבינו שליט"א איז שפעטער צוגעפארן צום אלטן בית החיים אין פראנקפורט, ווי עס ליגן דער הייליגער פני יהושע,
תלמידו הגה"ק ר' נתן אדלער, און דער הייליגער הפלאה. ווי אויך ליגט דארט די מוטער פון הייליגן חת"ס.

פון דארט איז רבינו שליט"א געפארן צום עירפארט אהיים לביתו נאוה קודש.

מערערע פון די אייראפעיאישע געסט זענען יא ארומגעפארן צו די מקומות הקדושים אין מיכלשטאדט, ווירמייזא און מאגענצא.

ווער עס האט מער פרטים וואס איך האב מן הסתם אויסגעלאזט,
אדער בילדער ווערט געבעטן צו פאוסטן.

געגאנגען » 24/8/2007 16:08

א בילד וואס איך האב באקומען אין אימעיל פון רבינו שליט"א אין פראנקפורט בשעת די סיום משניות דורך חברי קהל יטב לב ד'סאטמאר אנטווערפן, מ'זעט אויך דעם פראנקפורטער רב און הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א, דער סאטמארער ראה"כ אין אנטווערפן.


[בילד – נישט אפגעהיט]

געגאנגען » 27/8/2007 02:06

איך האב באקומען אין אישית א לינק צו א פריוואטע סייט מיט כמעט 300 הערליכע בילדער פון רבי'נס באזוך אין פראנקפורט און דעם ביה"ח אין מיכלשטאט.

מ'זעט צווישן אנדערן דעם יונגערמאן, ר' מרדכי יוסף דאמען, וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיט אלע פרטים פארן רבי'נס אפשטעל אין אייראפע. אויך זעט מען דעם פראנקפורטער רב געבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א, און נאך פילע אינטערעסאנטע פרטים פונעם באזוך.

ווי ס'קוקט אויס זענען די בילדער צום פארקויפן, און מ'קען עס נאר זען קליין.

http://www.foto-herlich.de/sm.php