אין ליכט פון די בעפארשטייעדע ימים נוראים און שמחת תורה בצל קודש פון כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א ווערט די ביהמ"ד יעצט פולקאם פארענדיגט פון אינוויניג און פון אינדרויסן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
הויפט זייט » כל העולם כולו » ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר וומסב"ג רענאווירט
ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר וומסב"ג רענאווירט
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2265719
דוד46 או כל שום וחניכה דאית לך יצאו עיניך איז אויך א מצות עשה מדאורייתא .
ברענג ביטע נאך פיקטשערס פון די דרויסענדיגע וואנט,
ס'איז הערליך שיין...
ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן לטובה די אידען וואס יומם ולילה לא ישבותי ממש, זיי געבן זיך אוועק זייער טאג, נאכט, ביזנעס, אלעס לרומם קרן קהלתינו,
ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין אינוואלווד אביסעל מיט'ן איבערבוי, דאס איז מיין ערשטע מאל וואס איך האלט מיט א פראדשעקט פון דער נאנט וואס ווערט (איבער)געבויט דורך קהלתינו אין וויליאמסבורג,
איך בין ממש עמעיזד ווי אזוי די ראשי קהלה ארבעטן,
ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין אויפ'ן טעלעפאון מיט ר' אברהם יודא ראזענבערג ני"ו איבער א שעה צייט אינמיטן טאג, אלעס איז געווען געשטארבען, נאר איין זאך איז אים געליגען אויפ'ן קאפ,
ווי אזוי מ'קען מאכען דאס ביליגסטע צו שפארען געלט פאר די קהלה (פאר אים אליינס) און אין די זעלבע צייט זאל עס אויך זיין שיין לפאר בית אלוקינו און מהנה צו זיין דעם רבי'ן זאל זיין געזונט,
און די זעלבע איז געווען ווען ער האט מיך געקאלט שפעט ביינאכט, וואס איך האב אים שוין מורא געהאט צו קאלען ווייל אפשר איז שוין צי שפעט פאר די זאכען,
אבער ניין... ביי יאדא איז קיינמאל נישט שפעט ווען ס'קומט צום ביהמ"ד.
און פארשטייט זיך אז די זעלבע איז אויך מיט די אנדערע אידען וואס געבן זיך אוועק.
זאלען זיי טאקע האבן הצלחה און סייעתא דשמיא.