רבינו מהר''א מסאטמאר באזוכט אין נתניה
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2265107
דער רבי שליט''א באזוכט אצינד , ליל ו' אלול , ביים צאנז קלויזענבארגער רבי שליט''א פון נתניה
יעצט איז דער רבי שליט''א ארויס פון פאליש פון צאנז קלויזענבארגער בית המדרש און אריין לחדרו הפרטי פון האדמו''ר מצאנז קלויזענבארג שליט''א
דער רבי שליט''א האט יעצט פארלאזט נתניה
און וועט האבן א לינת לילה אין מירון
קראנטע אינפאראמציע מהרי"י ט"ב גייט מארגען באזיכען אדמו"ר מקלויזענבורג מארה"ב
לויט איין מקור האט דער קלויזענבארגער רבי שליט''א געפרעגט דעם רבי'ן שליט''א: צי עס איז אמת אז אין ספר הקדוש ויואל משה ווערט גע'פסקנט אז אין יאר תשס''ז מעג מען זיך שוין ווענדען צום ציוניסטישן בג''ץ?
אויך האט ער געפרעגט: וואו מען קען קויפן די ביימעלעך וואס באדעקט ארום און ארום דעם עטרת אברהם זאל אין וויליאמסבורג, ווייל ער פלאנט אויך אהערצושטעלן אזא פריצות'דיגע זאל אין נתניה, און דאס ארומנעמען מיט ביימעלעך.
אין א מער ערנסטן טאן: דער קלויזענבארגער רבי שליט''א האט געצייגט פאר'ן רבי'ן שליט''א א כתר און ציץ לספר תורה פון זקניהם הקדוש בעל ייטב לב מסיגוט זי''ע און א טור מיט געשריבענע הגהות פון הייליגען ישמח משה זי''ע
Bull...
I must tell you, you answered so to the point, it couldn't have be better!
אויך האט דער קלויזענבארגער רבי שליט''א געצייגט פאר'ן רבי'ן שליט''א די ברילן פון הייליגען דברי חיים זי''ע.
רבינו שליט''א האט אויפגעהויבן יעדע חפץ פון די צדיקים און דאס געקושט מרוב חביבות
אין די סאטמארער בתי מדרשים אין ניו יארק איז מען זיך מפלפל, ווער עס איז געווען א גרעסערער שיגץ בלע''ז צי רבי אביש מקראלי אדער רבי זלמן לייב מקלויזענבארג.
איין זאך איז קלאר אז די רביים פון סאטמאר האבן נישט אנגעהאלטן די מחלוקה כלפי די קינדער.
הרה''ק רבי הערשעלע מספינקא זי''ע איז געווען נערץ ונקדש אין סאטמאר טראץ זיין יוחס.
אצינד איז געקומען די ראיה אויף די צאנז קלויזענבארגער קינדער.
אין די געוואלדיגע שרעקליכע ווייטאג פון שכינתא בגלותא, ווען איינער וואס רופט זיך סאטמאר רבי איז געפארן קיין אר"י אריינשטעכן א שפיז אין הארץ פון די שכינה הק' אין פלטרין של מלך, און אויסרופן פאר די גאנצע וועלט אז "אין לנו חלק ונחלה מיט די הייליגע מלחמת קודש פון רביה"ק זי"ע מיט ציונות און אלע אירע נאכשלעפער", און ליידער איז עס נאך געשען אין נאמען פון סאטמאר. אבער א קליינע טרייסט האב איך נאך צו זען ווי זיינע פאנאטישע גלויביגע שפירן אליינס אז זייער רעבע האט דאס מאל איבערגעצויגן די שטריק אין זיין מלחמה קעגן די מלחמה קעגן ציונות,
אבער נאך אלעם איז עס פארט א טרייסט פאר די ערליכע סאטמארע חסידים, וואס שרייען שוין יארן לאנג אז ווען דער וויזשניצער פון מאנרא גייט ווערן רבי וועט ער צוביסלעך אויסרייסן יעדע זכר פון די הייליגע מלחמה פון רביה"ק זי"ע קעגן אלעס וואס האט שייכות מיט די כפירה ומרידה במלכות שמים, און יעצט שטעלט זיך ארויס די ווייטע בליק פון ערליכע אידן, ובפרט פון הייליגן רבין זי"ע וואס שרייבט אין "דברי יואל" פר' ויקרא איבער די שעדליכקייט פון בני תורה וואס האבן חתונה צו מיידלעך וואס רעדן עברית און נאכדעם מאכן זיי חרוב די וועלט, ממש אפענע רוח הקודש הופיעה בבית מדרשו!!!!!!!
איך בעט נאר איין זאך פון די קעלבלעך וואס לויפן אים נאך, טוטס מיר א טובה און זעטס ער זאל אויך אנקומען צום שוואגער, זאל די טיילונג ווערן פולשטענדיג!!!!!!!
דאס יהדות החרדית וועט נישט פארשווייגן איר מלחמה קעגן די ציונות און זייערע נאכשלעפער!!!!!! בלית ברירה וועט מען אויך צולייגן נאך איין וויזשניצער רבי, אפילו ער וואוינט אין מאנרא!!!!!!!!!!!
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 21/08/2007 18:27:09
_________________
אנטוערפןרב
איך מיין אז דיין גאנצער "מאנעלאג" איז נישט מער ווי ריין פאליטיק, אפילו די ווילסט זעך אהערשטעלן אלץ אן אנעמער פאר'ן שיטת רבינו זי"ע.
פאר וואס זאג איך דאס?
ווייל דער מלחמה אנטקעגן ציונות האט זיך מיט קיין איין פינטל נישט אפגעשטעלט מיט דעם וואס דער ברך משה זי"ע האט זיך געטארפן מיטן גור'ער רבין, אפילו דע גור'ער איז זעך משתתף בכנסת המינים און איז פון די גאר גרויסער געלט נעמערס און איז דער עמוד אונטער'ן המודיע. אזוי אויך וועט זעך די מלמחה לשם בעמלק אויך נישט אפשטעלן ווייל דער היינטיגער סאטמער רבי שליט"א האט באזוכט ביים קלויזענבורגער רבי'ן שליט"א.
איך גלייב אז די זעסט דאך אויכעט אז דער מלחמה לשם האט זיך נישט אפגעשטעלט, נא וואס איז דאס שימפען דא מיט אזא האס??!!
אלא מאי, ריין פאליטיק. נא, נעם איין א עדוויל אדער טיילענאל און ס'וועט דיר בעסער ווערן ביז א האלבער שעה.
הכונו למערכה אדירה אין "דער איד" פון די וואך
די שרייבערס זענען שוין איינגעשפאנט פון נעכטען נאכט ארויסצוברענגען די ווייטאג פון כלל ישראל מיט דעם וואס רבינו שליט"א איז געגאנגען צום קלויזענבורג'ער
כאטשיג וועט די נסיעה ווערן געדעקט אפילו דורך "דער איד"
1
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא איז נישט לאנג צוריק געווען א בילד ווי רבינו זי"ע בעל דברי יואל באזיכט ביים קלויזענבורגער דעם ערשטען און אויך א בילד פון רבינו זי"ע בעל ברך משה און להבדיל בן הטמא לטהור א בילד פון רז"ל מיטן קלויזענבורגער
קען עס איינער אפיר ברענגען?
_________________
[בילד – נישט אפגעהיט]
און להבדיל
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
איינער זאל עס ארויף לייגן אויף בחדרי חדרים
_________________
פאטאקי
איך האף אז די פארשטייסט אז אונזער רבי וועט נישט גיין צו א רבי בלויז פארדעם וואס ער זעהט א בילד ווי רז"ל איז אויך געגאנגען צו יענע רבי.
ווען די רבי זאל זיין געזונט גייט צו א רבי גייט ער ווייל זיין פארשטאנד און זיין שכל הישר זאגט אים צו גיין.
פארקערט יא, וועט עטץ זעהן אז רז"ל וועט אויך גיין צום קלויזענבורגער (פארשטייט זיך נאר אויב דער איד וועט נישט זיין פול מיט ארטיקלען אקעגן)
לאמיר באלד רעדן צום פינטל.
ווען די זאליס האבן זיך געוואנדן צום ציוניסטישן בג''ץ האט מען אויך געמיינט אז דאס איז עס, אז יעצט וועלן זיך די קעלבלעך עפענען די אויגען און זאגען : עד כאן.
דערווייל אלעס פארט ווייטער און קיינער האט זיך גארנישט געטוישט.
ווען דער הייליגער דברי יואל זי''ע האט אין יאר תשכ''ו געגעבן א ביקור גומלין אין וויליאמסבורג פאר'ן היינטיגען וויזשניצער רבי'ן שליט''א פון בני ברק, דעמאלטסדיגער וויזשניצער רב און הולך לבחירות מיט א גארטעל, האט ער אויך אריינגעשטאכן א מעסער אין די שיטה הקדושה פון ויואל משה.
אדרבא ילמדינו רבינו וואס זענען די גדרים......
און פארוואס איז מען אין יאר תשכ''ה געגאנגען באזוכן דעם חותם לבחירות בעל בית ישראל מגור זצ''ל, נאכדעם וואס מען האט שוין געוויסט קלאר אז דער גערער רבי האלט זיך ביי זיינס און וועט קיינמאל נישט צוריקציען פון זיין חוב קדוש לבחירות
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 24/08/2007 0:54:24
גראדע האב איך יעצט געהערט אז די רבי איז געגאנגען אפגעבן אן הכרות הטוב וואס די קלויזענבורג'ע רבי האט געשיקט זיינע מענטשען העלפען איינע פון דעם רבי'ןס משפחה מיטגלידער
מען דארף נישט קיין סיבות און תירוצים.
צו גיין באזוכן הרב שך ז''ל גרינדער פון 'דגל התורה' פארטיי און מכשיל פון רבבות מישראל מיט איסורים פון יהרג ועל יעבור , איז געווען א המשך פון די פריינטליכע באזוכן ביי די חותמים והולכים לבחירות פון גער און וויזשניץ.
שרייבן מיט זלזול אויף א רבן של ישראל וועט בשום אופן נישט טאלערירט ווערן.
_________________
אלץ יונגל האב איך גיקענט שור שנגח בעל פה
אבער דעם שור שנגח בין איך נאר יעצט גיוויער גיווארן
חן חן
יוסף90, איך וויל שוין לאנג טוישען ווארט מיט דיר, אין אויסשמיסען די מצב אין ירושלים
כ'האב אבער אלץ געוויסט אז די וועסט נישט וועלן, ווייל די וועסט לכאורה נישט וועלן עובר זיין אויף די בפירוש'ע הוראה
פין דיין רבי אז מען זאל נישט שרייבעון אויף הייד פארק, יעצט ווי באלד איך זע אז די הוראה האט שוין עקספייערט,
דיי הוראה פין דיין רבי האט עקספייערט אין די זעלבע רגעים וואס די לופטאהאנזע פליגער האט געלאנדעט אין אר"י מיט רבינו מוהר"א,
וויל איך דיר בעטן! פארוואס זאל איך דארפן רעדן מיט דיר אין בח"ח אויף די טריפנ'ה שפראך עברית רח"ל
קום אהער דא, ווי מען קען רעדן געהעריג אויף אידיש, לאמיר זיך נישט דארפן באניצען מיט יענע שפראך רח"ל
אויב די ביסט חייש אלץ זולתא, אהער צי קימען, קענסטע אהער שיקען "זריזות"
איך האב אסאך זאכען וואס איך וויל פארשטייען אין אדורוך רעדן,
האסט פארגעסן יוסף90 איז די עכטע סאטמארער ער מעג רעדן עברית און דו נישט
_________________
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
הערליך
יישר כח פאר די בילדער
| ראשבראש כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
און פארוואס איז מען אין יאר תשכ''ה געגאנגען באזוכן דעם חותם לבחירות ..........(איך האב ארויסגענומען די שרעקליכע ווערטער)...... בעל בית ישראל מגור זצ''ל, נאכדעם וואס מען האט שוין געוויסט קלאר אז דער גערער רבי האלט זיך ביי זיינס און וועט קיינמאל נישט צוריקציען פון זיין חוב קדוש לבחירות
מנהלים, ביטע נישט צולאזען אזא שפראך!!!!!!!! דער בית ישראל איז געווען א קדוש אלוקי, סאטמאר רב האט אויף אים געזאגט "השוחד יעוור עיני חכמים וכו'" ס'איז זיכער נישט אויסגעהאלטען צו רעדן אויף אזא איד, מיט אזא פראסטקייט. (ובזה יצאתי ידי מצוות מוחאה)
קול דודי הנה זה בא!!!!!
בקרוב ממש |
|
פאראכטן
_________________
I heard that R' Shmiel HaChoen didn't go along to the visit of Klatsenberg? As a protest or because another reason