די לעצטע פאר טעג רופן זיי ארום צו אלע מוסדות אין ירושלים עיה"ק, אז ווער עס וועט האבן די "חוצפה" צו מקבל זיין די וויכטיגע תמיכה וואס די שלוחים פון כ"ק רבינו שליט"א, אין שפיץ פון הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, ברענגען פאר די געפלאגטע מלמדים, וועלן זיי זיכער מאכן אז קיין שום זאלי אין חו"ל זאל זיי נישט געבן קיין געלט, און מען וועט זיי נישט ערלויבן צו מאכן קיין אפיל'ס אין אלע זאלי בתי מדרשים ! (כאילו נאר זיי געבן געלט פאר די מוסדות אין ארה"ק...).
איך דערצייל עס פשוט אז די וועלט זאל זען זייער פוסטע בלאפעריי כאילו זיי ארט שטארק די הייליגע שיטה פון רבינו הקוה"ט זי"ע און אלע גדולים, פאר זייער נארישער פאליטיק זענען זיי גרייט צו שעדיגן די צענדליגער מוסדות אשר לא כרעו לבעל, און וועלכע מוטשען זיך אזוי שווער אויף יעדן דאלער !