אינעם נומער פון ערב שבת עקב האט 'דער בלאט' באריכטעט אז אלוועלטליכע בעלזער חסידים גרייטן זיך אפצוצייכענען די פופציגסטע יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע.
מיט א וואך שפעטער , אינעם נומער פון ערב שבת ראה האט 'דער איד' באריכטעט אז בעלזער חסידים האבן אפגעצייכענט די פופציגסטע יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע,
און מוסיף געווען דעם טיטל: צדיק וקדוש דומה למלאך ד' צבקות,.
וואס האט פאסירט אז 'דער איד' האט זיך פלוצים דערמאנט אז עס עקזיסטירט אזא באגריף ווי הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע?
אין יאר תשנ''ד צי תשס''ב צי אין אן אנדערע יאר אין די לעצטע 50 יאר האבן דען בעלזער חסידים נישט אפגעצייכנט די הילולא פון הרה''ק מבעלזא זי''ע?
אין די גאנצע 50 יאר איז הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע נישט געווען דער 'צדיק וקדוש דומה למלאך ד' צבקות'?
פארוואס ביז'ן פופציגסטער יומא דהילולא איז געווען די הילולא בבל יראה ובבל ימצא אין 'דער איד'?
לויט'ן ספר הקדוש 'ויואל משה' האט די פופציגסטע יארצייט אן אנדערע הלכה ווי דער צוויי און צוואנציגסטע יארצייט?
אלא מאי?
'דער בלאט' איז דער מורה דרך פאר 'דער איד', און אויב 'דער בלאט' האט מחליט געווען אז מען דארף מאכן א סוף צו דעם טפשות און רשעות פון פארהוילן פון אונזערע קינדער אז בדורינו האט געלעבט אזא קדוש וטהור ווי מהר''א מבעלזא זי''ע, מוז 'דער איד' נאכטאנצן, צי עס שמעקט יא פאר זיינע לייענער צי נישט.
יא! מנשה פילאפף און מיילעך שטערן שרייבן ארטיקל'ן אין א צייטונג וואס איז א תלמיד פון 'דער בלאט', און וואס 'דער בלאט' איז מחליט אזוי דארף מען פיטערן אונזערע קינדער.
אנשטאט אז דער אייניקל 'דער בלאט' זאל דארפן נאכגיין אין פיסטריט פונעם אלטן זיידן 'דער איד', איז פונקט פארקערט, דער אריבער 50 יעריגער צייטונג 'דער איד' גייט נאך, ווי א לעמעלע צו די שחיטה, דעם אינגן און גע'אסר'טן צייטונג 'דער בלאט'.
שוין אפגעזעהן אז 'דער איד' מאכט נאך דעם 'בלאט' אויף טריט און שריט, אריינגערעכנט , א הויפטנייעס בילד אויפן ערשטן זייט און אלוועלטליכע בילדער ביי נישט-אידישע נייעס מיט בילדער פון אדמורי''ם ורבנים לרחצה, וואס 'דער בלאט' האט איינגעפירט לטובת הכלל אז מען זאל נישט דארפן אנקומען צו די גויאישע צייטונגן און רעליגעז ציוניסטישע צייטונגען און מאגאזינען.
סך הכל: 'דער בלאט' איז דער רבי, מורה דרך, וועגווייזער,
מנהיג רוחני, מנהיג גשמי, פון 'דער איד'.
עס איז ליגענט.
אין ''איד'' האט מען כסדר באשריבן ווען עס איז נפטר געווארן
איינער פון די אגודה גדולים ווי די גערער רבי'ס און הרב שך וכדומה
רמקול
וואס טענה'סטו מיט דעם אקס.
זעטס נישט אז ער זוכט פשוט סחורה.
איך האלט אז ער וואטלט געדארפט שרייבן, אז דער ניו יארק טיימס און דער וואל סטריט דזשוירנעל האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן זייערע צייטונגען, נאכדעם וואס דער בלאט האט באוויזן אויעפצוקומען מיט א המצאה פון ארויסגעבן א צייטונג....
רמקול5 ביטע הויב אן צו ענטפערן צו די זאך.
פארוואס האט מען נישט באשריבן אין 'דער איד' אין די לעצטע יובל שנים
די יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע 'צדיק וקדוש דומה למלאך ד' צבקות'?
האט נישט 'דער בלאט' דא געלערנט דעם 'איד' א פרק אין הלכות 'בעלזא'?
איז דאס צי ביטער מודה צו זיין אז דער 'בלאט' איז דער מורה דרך פון 'איד'?
די רעדאקציע פון א צייטונג האט די כח מחליט צו זיין וועלכע יארצייט יא צו באשרייבן און וועלכע נישט.
די 50סטע יארצייט פון רבי אהרן מבעלז זצ''ל האט ''דער איד'' יא געוואלט באשרייבן.
I understand what you say
But the question here is Why? did they decide so
מסכים רמקול5, אבער 'דער בלאט' האט דער כח מחליט צו זיין וואס 'דער איד' זאל שרייבן, אפילו עס איז קעגען די פרינציפן פון די לעצטע 50 יאר.
די לייענער פון 'איד' קענען שפייען בלוט און שעלטן, אבער זיי דארפן לעבן מיט'ן מציאות.
דער 'בלאט' פירט דעם 'איד' ביי די נאז.
אונזערע אברכים, בחורים און קינדער לייענען וועכענטליך דעם מהלך וואס 'דער בלאט' שרייבט פאר.
ביי מיר אין שטוב קומט ניש אריין דער טמא'נער און גע'אסר'טער ''בלאט'' הידוע לשמצה ,
און דערפאר ווייסן נישט מיינע קינדער און בני בית
אז זיי ליינען דא א מהלך פון דעם אפגעריסענעם ''בלאט''.
ועל כגון דא נאמר: ועל חטא שחטאנו לפניך בלא יודעים
אויב דער ברך משה זצ''ל ואתו עמו הגאונים הצדיקים חברי הבית דין צדק דק''ק יטב לב ד'סאטמאר האבן גע'אסר'ט דעם טמא'נעם ''בלאט'' וועט דאס סוף כל סוף האבן א וויסטע מפלה.
רמקול
הער שוין אויף צו שפילען זאלי.
אפילו די אנדערע שרייבער שפילען מיט מיט דיר, אבער למעשה די ליינער'ס קויפען נישט דיין עקט.
אויב 'דער בלאט' וועט האבן א מפלה, ווער וועט פארשרייבן
פאר 'דער איד' ווען און וויאזוי צודעקן הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע?
לאמיר שוין דערלעבן די מפלה, און דערנאך וועלן מיר זיך שוין ספראווען מיט די בעלזא יארצייט.
א שטאטע קאפ דער איד... אכט יאר האט אים געדויערט ביז ער האט אנגעהויבן צו קאפיען עפעס פון זיין אייניקל...
און אז מ'רעדט שוין, אפשר ווייסט עמיצער פארוואס דער בלאט האט נישט באשריבן די יארצייט פון הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע אין די לעצטע אכט יאר?!
אה, היי יאר איז די פופציגסטע, וואס איז א ספעציעלע יובל החמישים אפצייכענונג! אה, איך פארשטיי שוין.
לויט ווי איך געדענק האט 'דער בלאט' יא געשריבן אין די לעצטע 8 יאר פונעם יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע.
און ווי פארשטענדליך אז 'דער איד' מאכט דאס פאוואליע צו קאפירן דעם 'בלאט'.
וקשיא במקומה עומדת: פארוואס האט מען איגנארירט
פאר די לעצטע 50 יארהרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע?
איך פאלג.
איך האב מחליט געווען אויפצוהערן צו שפילן ''זאלי''.
רמקול
מאכסט א טעות.
ווען מען האט גע'אסר'ט דעם אלגעמיינעם האט דאס געמיינט אז דער געמיינער גייט אונטערגיין.
עס מיינט אז סאטמארער חסידים טארן עס נישט ליינען.
רמקול ביטע ווער נעלם.
דו נעמסט אוועק דעם ערנסטקייט פון די גאנצע נושא.
ווען דער גראב''ד ר' יח''מ פר''מ האט גע'אסר'ט דעם 'בלאט' האט ער נישט געגלויבט אז ביים ווינקעל פון זיין הויז אין געשעפט פון הרה''ח ר' וואלף לעפקאוויטש ע''ה וועט מען פארקויפן דעם 'בלאט'.
דער גראב''ד האט אויך נישט געגלויבט אז 'דער בלאט' וועט זיין דער וועגווייזער פאר 'דער איד'.
ווען מען האט גע'אסר'ט בני יואל, האבן תמימות'דיגע מענטשן אין סאטמאר געהאלטן אז דאס איז אט פארגאנגענהייט.
ווען מען האט גע'אסר'ט פנים חדשות פון שאולזאהן האבן א סאך מענטשן אויך געמיינט אז דאס איז עס מיט אים.
כהנה וכהנה קען מען ברענגען איסורים וואס מען האט זיכער געמיינט אז מיט די איסורים וועט עס ברענגען אן ענדע צו די זאכן.
אבער למעשה איז עס נישט אזוי געווען.
אקסעלע
יעדער ווייסט אז דער בלאט פארקויפט נישט קיין 3 טויזענט בלאטן פער וואך
עס איז א צייטונג פאר פרויען, מיט נארישע ארטיקלען און אביסל ליצנות וואס פארגרוילט פאר יעדן ערנסטן מענטש עס צי נעמען אין די האנט.
די וואך אליין האבן עטליכע גרויסע אדווערטייזער אדווערטייזט אין דער איד און נישט אין די טמא'נע בלאט
כולל שומרי החומות
חסד לאברהם סקולען
און נאך אפאר וואס איך געדעק נישט
און אויב פארקויפן זיי למשל 10 טויזענט, 20 טויזענט אדער מער, מיינט עס אז עס איז שוין כשר?
איך געדענק נאך דעם אלגעמיינער אין אירע גוטע צייטן, ווען זי האט געשימפט און געשאלטן יעדע זאך וואס האט געשמעקט סאטמאר, און האט פארקויפט טויזנטער קאפיס א וואך, האט דאס עפעס משנה געווען דאס מציאות ביי סאטמארער חסידים?