עס קיקט אז ירושלים עיר הקודש איז טאקע נישט אינגאצן הפקר
עס איז נאך טאקע דא עטליכע טעג ביז הר"א מסאטמאר קומט אהין, און פון די אלע ווענט שרייען אראפ ריזען פלאקאטען מיט מחאות אז עס קומט א רב וואס האט פורץ געווען גדרים בדת תורתינו הקדושה.
איך גיי נישט אריין צי סעאיז אויסגעהאלטען אדער נישט, איך בין נישט בכח להכניס ראשי בין שתי הסלעים, אבער רבבות אידן זעען יעדן טאג די טויזנטער פלאקאטען וואס ווארענען אז הר"א טייטלבוים האט געמאכט א טריפה'נעם פאבליק סקול רח"ל, כפירה ומינות אין קרית יואל, און נאך געפערליכע זאכן.