היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד''ה ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה

בד''ה ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2261095

שורשנגח » 13/8/2007 00:02




ברוך דיין האמת

ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה איז נפטר געווארען

שורשנגח » 13/8/2007 00:45



די לוי' אום 6 אזייגער פארנאכטס פארנט פון ראדני בית המדרש

פאטאקי08 » 13/8/2007 01:13

איז ער טאקע אלט געווען 75 יאר?

_________________

פאטאקי08 » 13/8/2007 01:14

נפטר געווארן אין זעלבען טאג ווי ר' שמעון ווייס

_________________

monroe06 » 13/8/2007 02:08

Were is he gono be graved?

בראשית_ברא » 13/8/2007 02:11

ווען איז די לויה אין מאנרא?

בן_אהרן » 13/8/2007 02:44

בנפול אויבך אל תשמח
יעדער איינער קומט אן סוף כל סוף
צום זעלבן גורל
מען דארף זיך דעריבער אנגרייטן צייטליך
מיט מצות ומעשים טובים

איגריקע » 13/8/2007 02:52

ת.נ.צ.ב.ה.

יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדך השפוך.

בערל550 » 13/8/2007 02:56

קיינער פריידט זיך נישט

ס'איז נאר אינטערעסאנט צו זעהן ווי די הקפדה פונעם רבי'ן ז"ל -ברך משה- ווערט מקויים במלוא מובן המולא

איך בין נאר נייגעריג צו רז"ל איז אזא פוסטע ליידאג און וועט נאך האבן די חוצפה מספיד צו זיין אזא איינעם וועם זיין טאטע האט פארשאלטען.....

בן_אהרן » 13/8/2007 03:08

דער רבי זי"ע האט נישט געשאלטן ח"ו
ער האט נאר געזען די עתידות
 "איר'ט זען ער וועט נקבר ווערן נישט מיט קיין אייגענע תכריכים"
דאס מיינט ער וועט דאן זיין א עני ואביון
ער האט דאס געזאגט וועט קיינער האט נישט געקענט אפילו חלומען
אז ער וועט קענען אזוי אראפגיין מטה צטה פין שפיץ לייטער
ער איז דאן געווען אין זיין העכטע מעמד
ער האט געדרייט מיטן רבינו הרמ"א ז"ל אזוי ווי א טאבע

zeidel » 13/8/2007 03:36

וואס איז געווען די מעשה אז דער "ברך משה" האט איהם גע....נאך א חתונה ווי רבי משה ארי' איז געווען

monroe06 » 13/8/2007 05:30

The levayeh is now in front of the rebetsen shul. Rz"l is here R' sruel chaim menashe is masped now

zeidel » 13/8/2007 14:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

ספוט » 13/8/2007 14:56

ווי האט מען עם געלייגט ביי די בני יואל???

בערל550 » 13/8/2007 15:24

מ'האט אים געלייגט אין ביה"ח דקהל יט"ל בק"י

בערל550 » 13/8/2007 15:32

איך הער אז ר"זל האט געזאגט ביי די הספד אז "ער האט מחי' געווען דעם טאט'ן"

עפרא לפומיה!!!!!!!!!!

א יוד וואס האט אזוי פיל מצער געווען דעם הייליגן רבי'ן זי"ע, זאל קומען א זון און זאגן אז ער האט אים גאר מחי' געווען??......

פוי..... א גרויל פון א גערעדאכטץ!!!!!!!!......

רמקול5 » 13/8/2007 18:27

געמיינע יונגען פוסטעווען און רעדן אויף א אדם גדול וואס האט געטאן מצות און מעשים טובים כל ימי חייו.

דער פאקט אז מ'האט אים מקבר געווען אין די ערשטע רייע, לעבן דעם אנדערן איש החסד ורב המעש, ר' שלמה זלמן סאנדער, צייגט אז רבי אביגדור ז"ל איז א געווען א חשוב'ער איד, א רודף צדקה וחסד בכל גופו ומאודו כל ימי חייו.

ויסכרו פי דוברי שקר המדברים על צדק עתק בגאוה ובוז.

דוד46 » 13/8/2007 18:51

רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט זייער מעריץ געווען דעם גרויסן איש החסד ר' אביגדור ז"ל.

נישט געווען קיין פאל ווען דער רבי זצ"ל זאל אים בעטן א סכום פאר סיי וועלכן ענין, זאל עס זיין די מוסדות הקדושים, זאל עס זיין א צדקה צוועק, איז דער נפטר אלעמאל ק,עגנגעקומען מיט א שמחה, און טאקע דערפאר האט דער רבי זצ"ל אים זייער מעריץ געווען.

איזראלי » 13/8/2007 19:05

פומי'ה מלא עפר נאך פאר דעם .

מקוה_איד » 13/8/2007 19:43

מ'טאר נישט מקטרג זיין אויף א איד אין די שבעה, אזוי ברענגט די חיד"א, און אויך ברענגט די חיד"א די געוואלדיגע חסד של אמת וואס מ'טוט ווען מ'איז מליץ טוב.

דעריבער היינט יו"כ קטן וועל איך מיר איינקויפן די חסד:

ר' אביגדור איז געווען א פרומע ווארעמע חסידישע איד, שומר תורה ומצוות, ער האט זייער אסאך פריוואטע אידן 'אויפגעראכטן', איך קען עס מעיד זיין, ער האט אין זיינע לעצטע יארן מיטגעמאכט שרעקליכע יסורי הנפש והגוף, בלי גוזמא, איך בין זיכער אז יעדער איז איהם מוחל און קיינער וויל חלילה ער זאל נענש ווערן צוליב פריוואטע אנטשוינונגען, ער האט אויפגעשטעלט א שיינע דור, זיינע קינדער ה' ישלח להם ישועה מן השמים במהרה, זענען באמת גוט הארציגע, צוגעלאזן, זייער עהרליך, קיינער האט אויף זיי קיין תערומות.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, ויהא זכרו ברוך.

יואל10 » 13/8/2007 19:58


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, ויהא זכרו ברוך.

פאטאקי08 » 13/8/2007 20:29

כער זאגען אז רזאלי האט מספיד געווען הרה"ח שמעון ווייס ע"ה אין בני יואל - חרדים

איז דאס אמת?

_________________

זשוליאני08 » 13/8/2007 20:30

האסט שוין אמאל געהערט אז איינער זאל שעלטן זיין גוטן פריינט?

דאס ווייס איך קלאר אז ער האט אים געשאלטן. איך געדענק די מעשה ווי היינט.
דארף יעצט איינער אויפקלערן די ביליגע חנופה אקט פון רז"ל.

איך האלט אז ער מעג מספיד זיין וועמען ער וויל, (לערנען וויל ער דאך נישט). אבער זאגן פוסטע שקרים און ביליגע חנופה לעקעריי, איז ממש א גרויל.

menchele » 13/8/2007 20:42

מקוה איד,

יפה דברת. וואס ס'זאל נאר נישט האבן געווען, איז דער גאנצער שמועס - אין בעסטן פאל - נישט נוגע. און איך בין שטאלץ דערמיט, וואס אין דער סאטמארער מחלוקה געפין איך זיך אויפ'ן צד וואו עס זענען פאראן אזעלכע מענטשן.

 פאר די וואס וויל דווקא רעדן פון דער דאזיגער משפחה וואלט איך פארגעשלאגן צו פשוט מתפלל זיין פאר די קינדער, ניצול צו ווערן פון דעם גזר דין וואס האט זיי באטראפן. דעם נפטר'ס קינדער האבן, אפילו לויטן גרעסטן קטיגור, קיינעם קיינמאל קיין שלעכטס געטאן. זיי זענען דווקא בארימטע אנשי חסד. אזא מענטש ווי ארי יאקאבאוויטש'ס פרייהייט איז ווערט יעדן פרייז אויף דער וועלט - נישט בלויז ווייל עס קומט זיך אים, נאר צוליב די הונדערטער מענטשן וואס זענען אין אים אנגעוויזן.

איז עמיצער מיט מיר מחולק?

דוד46 » 13/8/2007 20:46

עס איז א ביטערער רחמנות אויף די אהרונים, אז כדי צו דעקן א בן סורר ומורה. איז מען גרייט מבזה צו זיין א רבי'ן זצ"ל.

עס שטעלט זיך ווייטער ארויס אז במשך די לעצטע 7 יאר וואס רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט געלעבט בתוכינו האבן די אהרונים אים געזוכט מצער צו זיין און מבזה צו זיין פאר די גאנצע וועלט, אלעס אבי צו דעקן א בן סורר ומורה. און זיי גייען נאך אן ווייטער אן מיט מבזה זיין דעם רבי'ן זצוק"ל. א בושה און א חרפה! 

verbeenich » 14/8/2007 19:42

אקס,
דעמאלטס איז נאר איבערגעבליבן אויף זיין אנדערע ברכה זאל מקוים ווערען בב"א

דוד46 » 14/8/2007 19:52

און וואס טוט זיך מיט יאסל וואלדמאן?

פארוואס לעבט ער נאך?

SIM89 » 15/8/2007 02:35

ס'דרייט זיך עפעס שמועות וועגן א געוויסן בריוו פון אפאר מאנאטן צעריק וואס ר' אביגדור ע"ה געשריבן קיין ב"ב וועגן איבער בעטן, ווייסט עמעצען אביסל מערער?

hotwire » 15/8/2007 03:37

איבערבעטען וועם????

_________________

דוד46 » 15/8/2007 04:29

פוסטע שטותים, אהרוני פאנטאזיעס

menchele » 15/8/2007 04:52

רבותי,

ס'זענען פאראן מענטשן וועמען דער גאנצער אשכול טוט וויי. צו וואס פעלט דער שמועס אויס? דער נפטר איז שוין אויפ'ן עולם האמת. לאזט די החלטה פאר'ן בית דין של מעלה. אויף וויפיל ס'איז שייך דער פאליטיק אין סאטמאר זענען פאראן גענוג אשכולות וואו צו פארהערן זיך הין און צוריק. די טעמע איז נישט וויכטיג; דער עיקר איז דאך דאס זאגן פארקערט און זיך קעגנזייטיג שטעכן. פארוואס מוז עס זיין פונקט דא, וואו עס טרעפט ציווילע מענטשן פון דער זייט?

רבי_יונה » 15/8/2007 04:52

דער בן סורר ומורה, האט פארכפאט זיין רוחניות'דיגע ירושה.
זיין זון דער יענקי און דער מן הארץ, האבן פארכאפט די פעיראלל, און די בילדינגס.

פארגעסן. זיי האבן אויך גע'ירשנט יודל וויינשטאק מיט פראדעל.

געגאנגען » 15/8/2007 05:18

באמת האב איך זיך אסאך גע'ישוב'ט אויב איך זאל מיך דא אריינמישן, איך האב מורא אז מיינע ווערטער וועלן שלעכט פארשטאנען ווערן, אבער איך האב באשלאסן אז איך מוז עס ארויסברענגען פשוט לזכותו פונעם נפטר.

צווישן די אלע טענות ומענות און גערעדעכץ ארום דעם נפטר און זיינע פעולות ווערט בארירט אבער נישט ארויסגעברענגט די וויכטיגסטע נקודה וואס מוז לדעתי ארויסגעברענגט ווערן, און איז אין גדר פון קידוש השם; דאס איז די זכיה וואס דער נפטר האט געהאט, מסתמא צוליב זיינע פילע מעשי צדקה וחסד, אז מען האט אים פון הימל באצאלט א גרויס טייל פון זיין עונש נאך אויף דער וועלט.

עס דארף קלאר ארויסגעברענגט ווערן דער אפענער יד ה' וואס מען האט געזען ממש אומנאטורליך אין די לעצטע פאר יאר ביי דעם נפטר
- נישט חלילה עס זאל אויסגעטייטשט ווערן ווי פרייד אדער נקמה געפילן - וויאזוי דער איד איז געפאלן מאיגרא רמא לבירא עמיקתא אויף א פארנעם וואס איז זעלטן ווען געשען אין די היסטאריע!

עס האט זיך ארויסגעוויזן קלאר אז יש מנהיג לבירה, די וועלט איז נישט הפקר! דאס מישן שמוציגע מחלוקת טעפ א גרויס חלק פון זיינע לעבנ'ס טעג, דאס נעמען א ריזן טייל אין צוברעכן און צופליקן די הייליגסטע קהילה אויף דער וועלט, דאס אנטייל נעמען אין די שוידערליכע רשעות וואס איז אפגעטאן געווארן ביים צוטיילן א טאטן און א זון וועלכע זענען געווען "נפשו קשורה בנפשו", די און אלע אנדערע מעשים תעתועים גייען נישט פאריבער אומבאצאלט! אויף יעדן טאט געט מען אפ דין וחשבון, מ'קען נישט טון קיין רשעות אן אמאל צו באקומען באצאלט דערפאר!

זאלן די ווערטער זיין א זכות און א מליץ יושר פאר דעם נפטר אויף יענער וועלט
, לאמיר האפן אז ער זאל שוין האבן אפגעקומען דאס זייניגע מיט די שרעקליכע יסורים וואס ער און זיינע - העכסט אומשולדיגע - קינדער האבן געליטן און ליידן נאך יעצט אויף דער וועלט, אין צוגאב צום קידוש השם און מוסר השכל וואס קומט פאקטיש ארויס פון דער שוידערליכער פאסירונג, זאל אים ביישטיין אז ער זאל מער נישט ברויכן ליידן אויף יענער וועלט פאר זיינע מעשים פון אמאל.

נ.ב.
דא איז אין פלאץ צו בעטן פון אלע אידן וועלכע זענען געטראפן געווארן פון זיינע מעשים דורכאויס די יארן אז זיי זאלן מוחל זיין פארן נפטר בלב שלם, ער איז פארט אדורך שוידערליכע ליידן די לעצטע פאר יאר, און האט זיכער געהאט ערגעץ וואו הרהורי חרטה.

דוד46 » 15/8/2007 10:12

איין זאך איז זיכער, אויב איז עס ווי די אהרונים זאגן אז ער האט געהאט א ריזן טייל אין "ראטעווען די הייליגסטע קהילה אין דער וועלט", וועט אים דער געוואלדיגער זכות ביישטיין בעולם האמת, וואו רבינו הקוה"ט זי"ע און רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל וועלן אים אקעגנקומען און מכיר טובה זיין דערפאר.

איי, זיינע יסורים אויף דעם עולם, ווייסן מיר נישט דעם באשעפערס חשבונות, ווי די מספידים האבן עס ארויסגעברענגט אין קרית יואל, בפרט הגה"צ דער ווינער רב שליט"א.

 עס איז געווען ממש אין די בחינה פון רשע וטוב לו צדיק ורע לו! מען זעט וויאזוי אידן וואס טרינקען בלוט פון אומשולדיגע אידן שוין יארן לאנג און אויך דערצו באיצטלא דרבנן דרייען זיך ארום און לעבן און לאכן, בעת ערליכע אידן וואס זענען גומל חסד מיט אידן ליידן נעבעך.
 נסתרים דרכי השם!