ווייסט אפשר איינער ווי אזוי צו מאכן א ספרינט אָנלימעטעט פּלען פאר 5 פאנס?
עס איז דא א איד אין וויליאמסבורג וואס טוט דאס ער רופט זיך גלאבעל ווייערלעס אבער ער בעט 500 טאלער צו עפענן די ליינס
אפשר ווייסט איינער וויאזוי מען קען דאס עפענן אומסינסט?
נ. ב. איך האב ארום געזוכט אויף גאגעל איך האב בכלל נישט געזען אזא מין פלען ווייסט איינער וואס די חכמה איז?
איך מיין אז די חכמה איז אז ממאכט א פעמילי פלען וואס קאסט ארום 250 אנלימיטעט א חודש, און מנעמט אפאר טעלעפאנס און מצוטיילט עס צווישן אפאר אירע וואס צוטיילן זיך מיט די פרייז.
אבער איך מיין אז סאיז איליגעל, סא פרעג דיך נאך ביי א לויער פאר דו טוסט עס.
ניין עס קאסט 175.00 ער מאכט עס אויף מיין נאמען געהעריג ליגעל.
ווער עס ווייסט ביטע העלפט ארויס.
אויב איינער האט אנלימעטעט פלען אין ער קען באשטיין צו צולייגן נאך א פאן צו מער זאל זיך ביטע מעלדן איך בין גרייט צו צאלן כסף מלא....