היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מעיזשאר פייט צווישן אהרונים

מעיזשאר פייט צווישן אהרונים

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2259453

לולא_תורתך » 9/8/2007 22:07

די נייע משוגעת וואס האט באפאלן דעם דוד עקשטיין איז אז מטאר נישט הענגען קיין צעטלעך אין ביהמ"ד דקיט"ל פון קרית יואל, זעט אויס ער האט ערגעץ געליינט אז קאלירן רייצן אן די תאוות און ער האט איינגעזען פאר וויכטיג די נייע תקנה אז מטאר נישט לייגן קיין געקאלערטע רעשיגע צעטלעך אויף די וואנט אין ביהמ"ד.

סאיז א גאנצע איבערקערעניש שוין אפאר וואכן, ער פייפט אפילו אויף זיין אייגענע פארטיי מענטשן און רייסט אראפ יעדן איינעמס צעטלעך. די הייליגע מוסד קרן הצלה וויל קאמפיינען פארן חינוך הטהור אין ארץ ישראל אבער דוד עקשטיין רייסט אראפ זייערע צעטלעך, נאך אנדערע צענדלגיער מוסדות און טיי אווענטס ווילן אדווערטייזן צו מאכן אפאר דאלער צו ראטעווען אידישע הייזער אבער דוד וועט עס נישט צולאזן נאר אויב ער קען אויך ארויסקוועטשען אפאר דאלער פאר זיך אין די זייט.

די וואך האט זיך אנגעהויבן א מעיזשאר מערכה ווען די מאנראער ישיבה מאכט זייער דינער אין כ"ו אב, אז איינער זאל זיך איינרעדן אז זיי האבן עפעס מיט רבינו הקדוש והטהור זי"ע, און זיי האבן זיך גענומען אויסהענגען זייערע קאמפיין צעטלעך, און ווי יעדע נארמאלע קאמפיין האבן זיי אויסגעהאנגען גרויסע געקאלערטע צעטלעך, אבער זיי האבן נישט פארשטאנען אז קודם דארף מען צאלן "טאלל" פאר דוד עקשטיין, און דער.... האט זיך גענומען פליקן אפילו די צעטלעך פון זיין אייגענע ישיבה!

יעצט קומט פאר א ערנסטע פייט צווישן די הנהלה פון די מאנרא ישיבה וואס האט געשוואוירן נקמה אין דוד עקשטיין און דעם לאנגען גליק.

פירוד לרשעים נאה להם ונאה לעולם.

תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 12/08/2007 16:43:40

איזראלי » 11/8/2007 22:49

לולא
יעצט פארשטיי איך שוין ווי אמת אלע דיינע מעשיות זענען...
הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו איז אין ארץ ישראל פון זונטאג פרשת ראה.

hungarian » 13/8/2007 22:34

איזראלי
Don't argue with him, he heard it himself from his good personal friend chaim shlomo riech from Montreal

שקל_שלם » 14/8/2007 02:22

אויסגעבלאזענע באלונס.

סאיז א נארמאלע קאנפליקט וואס קומט פאר כסדר צווישן מענטשן, וואס לולא טרייט אויפצובלאזן צו קענען כאטשיק זיך אליינס איינרעדן אז סאיז עפעס פארגעקומען.

לולא, דא האנדלט מען נישט מיט קיין בני יואל אדער זאליס, מקען זיך קריגן אויף איין זאך און נאך אלץ בלייבן גוטע פריינט. זיי זענען נישט קיין פערדן, דאס זענען נארמאלע מענטשן.

דוד46 » 14/8/2007 02:32

שקל

ביזט גערעכט אז דאס מיינט גארנישט, ביי יעדן קען זיין חילוקי דעות.