מכות ביים ציון הק' פין בעלזא 2 ארעסטירט
ביומא דהילולא קדישא פון כ"ק מהר"א ז"ל
בשעת ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא ב"ב שליט"א
האט עולה געווען צו דעם הייליגען ציון אין איז
געווען אויפן וועג שופח שיח זיין פאר כלל ישראל
אין זיך אויסגיסן דאס הארץ און אויסבעטען א ישועה כללית פאר גאנץ כלל ישראל
אלץ ממלא מקום פון דאס ווינקעלע בעלזא וואס ווי באקאנט האט דער הייליגער ש"ש מבעלזא זי"ע
געזאגט אז בעלזא וועט בלייבן א ווינקל ביז משיח'ס טאג שיבב"א
און אט ער איז איבערגעבליבען איינער אליינס וואס היט אזוי טייער דעס ווינקעל אז עס זאל נישט אוועק פליען
אין די שווערע ווינטן וואס בלאזן דארט אין ארצינו הקדושה.
טראץ דעם אלעם זענען געקומען שלעגערס רוצחים בריונים מלאכי חבלה
וואס האלטען פשוט נישט אויס אז ס'איז דא מענטשען וואס קימערען זיך נאך אויף דעם ריכטיגען בעלזא
און האבן נאך דרך ארץ פארן נאמען בעלזא
דאס נאמען בעלזא איז ביי זיי נאך טייער אין הייליג
און דאס אלעס שטערט פאר די וואס רופען זיך אויך מיט דעם הייליגען נאמען בעלזא
מיט זייער הויפטקוואטיר אין ירושלים עיה"ק
און אנגעהויבן טיילען מכות אחזריות
אין פארגאסן יודיש בלוט ממש דארט אויף דעם הייליגען מקום אין דעם הייליגן טאג
פאר די איינציגע סיבה וואס כ"ק אדמו"ר שליט"א מבעלזא ב"ב
איז נאר וואס ארויס פון שפיטאל צוליב א רויז אויף די פיס האט ער געדארפט צופארן מיט די קאר
וואס נענטער צום ציון הק'
און פאר זיי האט דאס אויסגעקוקט ווי א פגיעה ח"ו אין דעם בעלזא רבין פון ירושלים
ס'איז געוועהן עפעס פאשקעווילען???
2
[בילד – נישט אפגעהיט]
קליינקעפיגע מחנובקא האט זיך אויפגעוועקט פון חלום אז קיינער ווייסט נישט אז זיי לעבן
תוקן על ידי שורשנגח ב- 26/08/2007 17:00:18
עפשטיין לעבן
זיי מיך ביטע מסביר וואס הייסט זיך נישט וויסענדיג מאכן ..
אראפברעגען מיט באסעס פארטאגס די גאנצע ישיבה צו בלאקירן פין ארויפצוגיין די ממלא מקום כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מחנוקא שליט"א אין די טאג פין די הייליגע יארצייט ביים הייליגן ציון פין דער רב ז"ל ?
אדער צו טערארזירן די ממלא מקום כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מחנוקא שליט"א א גאנצע נאכט אויפן טעלאפאן אין ווארענען אז אויב ער גייט פירן טיש אין דעם טאג פונעם יארצייט גייט מען אים הארגענען [ווייל דאס פארלאנגען זיי #1 אויפן שלום פארלאנג] ?
אדער מיטן רופען יעדן טאג אין סטראשענען איינגעשטעלטע אין די מוסדות אין אלע גבאים מיט דאס ארגסטע?
אדער וואס מען האט געטוהן מיט א יונגערמאן וואס האט ארויסגעגעבן א ספר אין געלייגט די הסכמה פין כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מחנוקא שליט"א האט מען געהאנגען אין גאנץ ירושלים אז ער טיילט אייער בחנם פאר כולל יונגעלייט ..?
אדער מיט דעם וואס עס איז פאריגע וואך געקומען א באפעל פין די הויכע פענסטערס אז "בלוט וועט זיך גיסן אין גאנץ ארץ ישראל אויב אלע קהילות אין מוסדות פין בעלזא מחנובקא אין די גאנצע וועלט אין די רבי וועלן נישט ביז ר"ח חשון חתמנן אויפן שלום וואס בעלזא ירושלים פארלאנגען" ??
אויב איז בעלזא ירושלים אזוי שטארק אין מעכטיג אין פארזיכערט אין בעלזא מכנובקא האט 10 מענטשן וואס וויינען אין בעטן אין סטראשענען די בעלזא ירושלים ??
|
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי Chaver20 ב- 23/08/2007 19:25:31
|
|
||
|
|
והשנית, אין די בילד איז נישט דא מער פון 150 מענטשן, צייל וועסטו זיך איבערצייגן...
(קענסט אפילו רעכענען די קינדער פון פארנט).
איי וואס וויל בעלזא רבי?
ער וויל נישט בשו"א האבן נאך איינער וואס רופט זיך בעלזא, ער וויל האבן דער מאנאפאל אויף דער נאמען בעלזא, (ער וויל נישט אויסזעהן ווי רב"צ וואס ווען מען רעדט וועגן באבוב פרעגט מען וועלכע...)
_________________
נו, זאלן זיי טאנצן, איך קען זיי נישט העלפן זאלן זיי לערנען אביסל ספרי מוסר וחסידות וועלן זיי שוין אינזינען האבן אנדערע זאכן ווי דעם קאמפעטישן.
_________________
דוגמאות פון דער גארנישט פון בעלזא מאחניוקא
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]