היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווער איז וויכטיגער , מענטשן אדער "בערן"?

ווער איז וויכטיגער , מענטשן אדער "בערן"?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2237051

EMT » 2/7/2007 21:10

די מצב מיט די בערן אין די מאונטענס ווערט ערגער און ערגער, זיי מערן זיך און מערן זיך און מ'טאר זיי חלילה נישט הרג'ענען, ווייל זיי זענען זייער "טייער און גאר ווערטפול"... די מענטשליכע לעבנס וואס זיי שטעלן אין סכנה איז גארנישט, נאר די "טייערע בערן" זיי דארף מען שוינען און מ'טאר זיי נישט בארירן.

מ'האט זיי דעם זומער שוין געזען עטליכע מאל אין באוואוינטע שטעטלעך אין די מאונטענס, אבער מ'קען און מ'טאר געזעצליך גארנישט טוהן.

EMT » 4/7/2007 18:04

איך הער אז זיי דרייען זיך אפילו אין באנגעלוי קאלאניס, אבער דאס מיין איך איז אין די קאלאניס מנוחה פון זיי, בלויז אויפ,ן ראוד האט מען זיי שוין יא געזען, אבער כאטש אין די קאנטריס איז רואיג פון זיי.

חןטוב » 4/7/2007 19:35

ביי די גארבידש זעט מען זיי.

ראשוןאחרון » 11/7/2007 05:03

סי איז ממש פארפלייצט מיין זון איז אין קעמפ און ער זאגט אז ער זעהט כעט יעדער טאג בערן