אלע יארן האבען זיי פרובירט איינרעדן תמימי לב אז קליינס אייז קריעם איז נישט פארלעסליך. און עס איז געווען תמימי לב נאראנים וואס האבען נאך געגלייבט זייערע תורת לאקשען אז עס איז ליגט אין זייערע ווערטער א טראפ אמת.
יעצט ענדליך קענען שוין די נארנים אויך עסן דעם הייליגען איז קריעם וואס האט יעצט אין איין מינוט באקומען די הייליגע געגאנבעטע השגחה. באנו מקדושה חמורה לקדושה קלה. עס איז געפאלן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא פון א נארמאלע ערליכע השגחה צו א געבלאפטע השגחה. וואס לא די מען האט נישט מוסיף געווען קיין שום חומרא אדער זאך . וועט מען נאך מיט די צייט פוחת והולך זיין. און זיך פארלאזן אויף סתם או יו משגיחים כידוע. און אויף געקאכטע ווערעם . ווייל דער דעברעצינער רב שליט"א האט נישט געוואלט מען זאל נוצען געקאכטע ווערעם. נישט נאר וועגען כשרות נאר אויך פשוט וועגען עקעל און גיעול נפש רח"ל.
אזוי וויא ביי די העולם טשיז וואס די בלאפער המכנים עצמם בשם התאחדות האבען אלע יארן פארפירט אז עס איז נישט הונדערט פראצענט כשר. מען האט זיי נישט מזכה געווען די פאס-פורט צו פארן אויף שווייץ וויא מען מאכט די טשיז. . בשעת זיי האבען יעדען איינגערעדט אז עס איז נישט כשר האבען זיי דאס אליינס גענוצט אין זייערע פיצא סטארס כידוע.
יעצט ענדליך אין איין מינוט איז אלעס געווארן כשר דורכן טשעק בהכשר הרב בנימין גרובער התאחדות הרבנים.
יארן צוריק ווען כ"ק הגה"ק מצעלעם זי"ע האט נאך געלעבט. אינמיטן זומער איינמאל האט די התאחדות בראש פון מיט שבתי מרדכי פארפירט אין אלע סאטמארע קעמפס אז קליינס אייז קריעם איז טריפה.
די גאס האט זיך אויסגעלאכט. פון אלע זייערע פאלשע איסורים. האט ער ארויסגעשלעפט די גדולי הרבנים הגה"צ מוואידיסלאוו והגה"צ מטארטיקאוו זי"ע. צום צעלעמער קעמפ . כדי צו הייסן דעם זקן הדור דעם צעלעמער רב אז ער זאך אסערן דעם אייז קריעם כרצונם.
אזוי וויא זיי זענען אנגעקומען צום צעלעמער רב אויפן פארטש אין ליווינגסטאן מענאר. און נאך איידער די רבנים האבען אנגעהויבן רעדן קעגען די אייז קריעם וואס זיי האבען געוואלט. האט דער צעלעמער רב בפקחותו הגדולה . אויסגערופן צו די רביצין. אנטשולדיג ברענג אריין א פאר אייז קריעם מכבד זיין די חשובע רבנים . און תיכף האט דער צעלעמער רב גענומען א שטיק אייז קריעם און געמאכט הויעך א שהכל נהיה בדברו. און זיך גענומען עסן. און די רבנים אזוי וויא האבען דאס אליין געזעהן . זענען זיי פארשוויגען געווארן און מער נישט געהאט וואס צו רעדען.
זייער הכשר באשטייט פון איין זאך בלאף. און השגת גבול. און רשעות.
זייערע איסורים באשטייט פון שקר און אני ואפסי. און טעראריזם.
דער מאן דהו וואס האט אליין אריינגעשטעלט אין איד מדעת עצמו אז מענער זאלען נישט גיין שפאצירן אין די קאנטרי מיט אייגענע ווייבער נאר מיט יענעמס ווייבער. מיינט אז מיט זיין קול קורא טוט ער א מצוה און קויפט זיך א זכות. דערווייל מאכט ער ליצנות מכל הקודש.
בעיני ראיתי ת"ח עצומים וואס פארפאקן אין איין שוך פאדעשווע אלע זייערע רבנים סיי אין גאנץ ש"ס בבלי און ירושלמי. סיי אין אלע מדרשים מדרש רבה און מדרש תנחומא. און סיי אין ארבע חלקי שו"ע לרבות חו"מ ואה"ע. וויאזוי זיי זענען יא געגאנגן שפאצירן.
איך זאג נישט אז דאס איז א חסידות. צו גיין שפאצירן א מאן מיט זיין פרוי. אבער אריינצושטעלען פארן המון עם א אזהרה איבער דעם ענין איז א חוצפה און עס איז בחינת גדשו סאה. און אויך אל תוסף על דבריו וואס דאס האט גורם גווען אז חוה האט צוגעלייגט צום איסור פון עץ הדעת האט דאס גורם געווען מיתה לעולם רח"ל.
און די אלע זאכען האבען פלאץ אין דעם פאשקעוויל דער איד.
אויך ביי די ווערטער אין איד פון הרה"ג ר חיים יושע רב דסאטמאר במאנסי שליט"א . קעגן עירוב שרייבט ער אז זיין שווער בעל ברך משה האט געזאגט אז ער אסערט נאר דעם עירוב פון תשמ"א אין בארא פארק. ווייל עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט יא מאכען א כשרען עירוב. האט ער דעמאלס נישט געוואלט שרייבען קיין איסור נאר אויפן אופן עשיית העירוב אין בארא פארק בשנת תשמ"א . וואס איז געווען אהנע לחיים און אהן א צורת הפתח נאר פארלאזט זיך אויף פאולס און טרעין עליוועטירס כידוע.