היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מאמעס פון קליינער קינדער זאלן ארבעטן?

מאמעס פון קליינער קינדער זאלן ארבעטן?

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2227100

לאוולי » 17/6/2007 19:55

טוט איר אויך צו די קאטאגאריע געהערן,
פון די פרויען וואס לויפן נאך די קינדערס באס, צו די ארבעט זיך קערן?

נאכמיטאג טוט מען די בעיבי פון די בעיביסיטער אפנעמען,
און מיר יאגן זיך קאכן נאכטמאל, אויפרוימען, און זיין די בעסט מאמע וואס מיר קענען.

מיר פראבירן טאקע אז עס זאל נישט גיין אויף די חשבון פון אונזערע קינדער,
מיר לויפן נאך די זייגער און באווייזען וואונדער

זאלן מיר אויפגעבן די ארבעט, און מיט אביסל ווייניגער אומגיין,
און קענען זיין א מאמע פאר אונזערע קליינע קינדער אינדערהיים?

לאוולי » 17/6/2007 19:57

אין זאך וואס מיך רעגט אויף אסאך מאל פון זיין סורוועי אז ער לייגט זיין מיינונג ארייין אין די סורוועי, אשטאט סזאל זיין פון ביידע זייטן.

למשל דא זעט מען קלאר אז ער האלט אז מאמעס זאלן נישט ארבעטן. סאו וואס זאלן מענטשן ענטפערן, ווען די שאלה איז חצי תשובה?

elmonsey » 18/6/2007 07:20

איך האלט אז מ'זאל יא ארבעטן אבער ענדיגן געניג פרי פאר די קינדער קימען אהיים

_________________

Support our troops