היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » עצות - עצות - עצות - עצות - עצות

עצות - עצות - עצות - עצות - עצות

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2227086

לאוולי » 17/6/2007 19:36

איך מאך א אשכול פון קליינע עצות וואס מען קען אריינלייגן ווען מען טראכט פון עפעס וואס קען צונוץ קומען פאר יעדן.

איך הייב אן וואס איך האב געזען אין אשת חיל, און יעדער קען לייגן וואס מען ווייסט.


ווען איר צושניידט פיקעלס פאר סיי וועלכע סאלאט איר ווילט מאכן, איז זייער ראטזאם אוועק צושניידן א פערטל אינטש פון ביידע עקן. ווייל די עקן פארמאגען א געוויסע ענזיים באשטאנד-טייל וואס מאכן די פיקעלס ווייעך און ווערן פריצייטיג.
 ---
ווען איר פלאנט צו מאכן עפעס אן עסן מיט פאטעטאס און איר פלאנט עס נאכדעם צו פריזען אין פריזער, דאן ניצט נאר "גאר פרישע" פאטעטאס. ווייל נישט פרישע פאטעטאס וועלן בלויז צוזאמפאלען אין פריזער.


לאוולי » 17/6/2007 20:05

אויב איר פארט אוועק פאר א לענגערע צייט צב"ש אין קאנטרי אד"ג און איר ניצט מער נישט די פריזער. מאכטזיכער צו לאזן אפען די טיר פון די פריזער (לייג א בענקל), אנדערש וועט די קעמיקעלס פון די פריזער ארויסלאזן גאר א שווערע גערוך אין די גאנצע פריזער וועט איינזאפן די שווערע גערוך.