היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווער האט געשלאסן שידוך? אמאל און היינט

ווער האט געשלאסן שידוך? אמאל און היינט

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2227066

לאוולי » 17/6/2007 19:11

פאריגע וואך האבן די בלעטל"אשת חיל" וואס מען קען נעמען אין די גראסערי געלייגט פאר זייער וועענטליכע סורוועי ווי סהאט אמאל אויסגעזען ווען קיינע האט נישט געוויסט וווען מען האט געמאכט א שידוך:

אמאל...

מזל טוב! איך הער א שידוך האסטו ב"ה געשלאסען,
איך וואונטש אייך אן, אז אלעס זאל זין ווי געגאסען.
די ךשידוך זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת,
איר זאלט בלויז זען פיל מיט אידיש נחת.

"איך האב שוין די שידוך געטון פאר 3 חדשים צוריק"
זאגט די מחותנת'טע - און געבט א קרומען בליק,
איך טו אייך שוין באלד צי חתונה איינלאדענען,
צו די חתונה איז נאך בלויז 1 חודש פארהאנען.

היינט...

פאר דיין הערליכען שידוך וואונטש איך אייך א הארציגען מזל טוב,
איר זאלט פון זיי שעפן חת לרוב,
עס זאל זיין א קשר של קיימא, און א בית נ אמן בישראל,
איר זאלט זען פיל מיט אידיש נחת אלעמאל.

"פון ווי האסטו שוין פון דעם געהערט", פרעגט די מחותנת'טע אינגאנצען איבערגענומען,
"איך האב די שידוך געשלאסען הערשט נעכטען שפעט נאך האלב-נאכט,
און פון די גאנצע שטאט האב איך שוין מזל טוב באקומען,
פון ווי ווייסט שוין אזוי שנעל יעדער איינער, איך שטיי און טראכט?"

"אבער פון יעדעם איינעם באקום איך די זעלבע תירוץ - דערוייל
איך האב די שידוך געזען היינט צופרי אין די אשת חיל!"


נאכדעם בעטן זיי יעדעם צו שרייבן אויב מען וויל עס זאל ארויסקומען אויך זומער:
אבער יעצט ווען עס קומט די קאנטרי סיזען,
האלט איר אז די אשת חיל זאל אין די קאנטריס זיין צו באקומען?

נאכדעם פרעגן זיי פוןוועלכע טייל פון די "אשת חיל" האט מען די מערסטע הנאה?
און ועלכע קאנטרי מזאל עס לייגן.

שיקטס זיי אריין.

פארלעסליך » 17/6/2007 19:28

וואס האסטו מיטן אשת חיל???

לאוולי » 17/6/2007 19:39

איך האב גארנישט מיט זיי,
איך האב עס נאר ליב צו זען יעדן טאג, און ווייל נישטאלע מענער קומען אן אין די גראסעריס יעדן טאג (באלד גייסטו מיך פרעגן אויב איך ארבעט אין א גראסערי?) לייג איך עס דא אריין.

אויב איך ארבעט פאר זיי, וואלט איך געווען אביסל קליגער.....