היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » "חרם דר"ת" אויסגערופן אויף הרב מענדל זילבער פון התאחדות הרבנ...

"חרם דר"ת" אויסגערופן אויף הרב מענדל זילבער פון התאחדות הרבנ...

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2226110

שייגץארויס » 15/6/2007 19:18

"חרם דר"ת" אויסגערופן אויף הרב מענדל זילבער פון התאחדות הרבנים

די וואך האט מען אויסגערופען ברבים א "חרם" אויף הרב מנחם זילבער דער געקרוינטער ראב"ד פון די התאחדות אין סאטמארן ביהמ"ד אויף ראדני סטר. אין ווילאמסבורג. 

עס גייט שוין אן א לאנגע צייט א שטרייט אין מלחמה צווישן איצא גליק און הרב מענדל זילבער פון די התאחדות מיט הרב יהושע העשיל וואלהענדלר שליט"א א מחבר ספרים אין א באוויסטער מסדר גיטין אין ווילאמסבורג. 

לעצטע וואך דינסטאג איז די התאחדות דורכגעפאללן נישט קעננעדיג מסדר זיין א קאמפליצירטן גט ווי סהאט זיך געהאנדעלט איבער א געוואלדיגע מצוה פון התרת עגונה ווי ליפא קרויס א קרוב פון דעם מאן מיט מענדל זילבער האבן געמאכט צווישן זיך א יד אחת נישט צו דערלאזן אז די פרוי זאל באקומען א גט. 

דאנערשטאג בייטאג איז דער גט מסודר געווארן דורך הרב יהושע העשיל וואלהענדלר שליט"א און חבר בית דינו הרב הגאון מוהר"ר שניאור זלמן בערנבלוט ז"ל. 

ר' מענדל זילבר האט זיך געלאזט הערן אז דער גט טויג נישט און האט אויפגערודערט די שטאדט מיט זיינע צווייי שותפים איצא גליק אין ליפא קרויס.

נאך פערשידענע התראות בית דין האט הרב יהושע העשיל וואלהענדלר געהאלטן א דרשה ווי ער האט געזאגט "אז הרב מענדל זילבער איז א מספר אחר מיטתו של ת"ח, און אז ער קומט נישט צו לקרסולי קרסוליו פון רב בערנבלוט ז"ל כידוע, און האט מכריז געווען דעם חרם פונעם ר"ת תם ותלמידיו וועגן הוצאת לעז על הגט און אז מען טאר נישט שטיין אין זיינע ד' אמות. 

די אלע אידען וועלכע זענען געווען דארט אין ביהמ"ד האבן באלד מקיים פסק געווען און האבן זיך אפגערוקט פון עהם כדת וכדין. ער האט זיך פראבירט פון דערווייטענס צו פארענטפערן באמתלאות שונות.

מען האט עהם אפגעענטפערט אז דער חרם איז בתוקפו ביז ווי לאנג ער וועט נישט ווייזן א פסק אויף פארקערט פון הרב וואלהענדלר.

רב וואלהענדלר האט אויך אנגעוויזען אויף גראבע טעותים וועלכער ער שרייבט אין זיין ספר מאזני צדיק און אז ער טאר נישט מסדר גיטין זיין ווי לאנג ער קען נישט הלכות גיטין. נישט לאנג צוריק האט מען האט אין לאנדאן געפסעלט א גט פון הרב מענדל זילבער לויט די הוראה פון הרב אליישיב אין אנדערע רבנים פון יוראפ אין ארץ ישראל. 

און די כוללים האט מען זיך גענומען לערנען הלכות נידוי וחרם כדאי צו וויסען ווי אזוי אומצוגיין מיט דעם רב המוחרם.



תוקן על ידי allnewspic ב- 15/06/2007 21:54:41

EMT » 15/6/2007 20:43

איך בין נייגעריג אויך צו הערן דעם צווייטן צד.

gezoogt » 15/6/2007 22:33

דער צווייטען צד בין איך גאר ווייניג אינטרעסירט צו הערן...

נייגעריג בין איך צו הער דעם דריטען צד... די מעשה שהיה.

היינו דאמרי אינשי יעדער גט האט דריי זייטן. זיין זייט, איר זייט אין דער אמת.

ווען מען הערט א פרשה פון א גט איז עס בדרך כלל אדער דער מעשה שלא היה, דער מעשה שהיה צריך להיות, דער מעשה שהיה יכול להיות.

איך מיין אבער עס ווערט דערמאנט אין איינער פון די פריערדיגע פוסקים אן אן אינטרעסאנטער היכי תמצא... דער מעשה שהיה...

שלוםשטוב » 17/6/2007 06:29

ר' מענדעל זילבער איז ווייט פין אן עם הארץ.

וואס איז זיין טענה לגבי די גט?

הערשעל » 17/6/2007 18:24

מען איז דא דן אויב ער איז א תלמיד חכם?

וואס איז מיט די טענות וואס א בי"ד אין מאנסי (געשטעטנער) האט אויף אים?




shia550 » 17/6/2007 20:37

ווער זענען די דיינים פון געשטעטנער בית דין?

און למיטב זכרוני זענען די טענות קעגען הרב גליק אין נישט קעגען אים?.

meshug » 17/6/2007 23:16

מה חרי האף הזה?

נראה כמו עוד השמצה.

שלוםשטוב » 18/6/2007 06:17

דער פוסק וואס געשטעטנער רעדט, דער וואס האט געפסק'נט פאלש לגבי די דין תורה פין אריין בויען ביי יענעם אין חצר איז געווען ר' מענדעל זילבער?

שייגץארויס » 18/6/2007 06:44

די צווייטע צד?

איז נאך טאקע דא איינער וואס איז אינטערעסירט אין די קאראפטירטע התאחדות מיט זייערע אינוואלידע רעבנים?

איך מיז דא ארויסברענגען לטובת רב נחום רויזענבערג וואס טוט אויפקלערען די יונגווארט מיט וואספארא רעבנים מען האט זיי געפיטערט ביז יעצט.

התאחדות » 18/6/2007 20:23

מורי ורבותי, זייענדיג באקאנט מיט די דריטע צד פון די מעשה, איז עס ליידער א ווייטאגליכע פאקט אז א.ג. פון התאחדות הרבנים מסכים געווען מערער צו זיין אויפ'ן גט, אלעס נאר צוליב די טענות פון די צד וואס האט נישט מיטגעהאלטן דעם גט דאנערשטאג.

עס איז א לאנגע מעשה, משום כבוד המשפחה וועל איך איינהאלטן מיין פעדער. אבער פון גאר קראנט האב איך געהערט אז נאך אן ערענסטע הלכה'דיגע סטראשע, האט התאחדות (לייען: א.ג.) מער נישט קאמענטירט אויף דעם גט גארנישט.

רבותי עד מתי? ווילאנג וועט התאחדות הרבנים זיין אונטער די אויפזיכט פון א קל שבקלים???

על_הגאולה » 18/6/2007 23:27

אינטערסאנט איז נאר, אז איינער פון די מסדרי הגט נאך אהיים קומען פון דעם גט האט זיך גענומען אזוי צום הארצען אז אפשר האט ער נישט געדארפט האבין א חלק און דעם גט, אז......


די איבריגע איז שוין ידוע

Baachi » 18/6/2007 23:44

on the light side

איז נישט דער חרם דר"ת דער זעלבער איסור ווי אהיים נעמען א ספר פון ביהמ"ד?

אויב יא זענען מיר אלע אין זעלבען פעקל.

איןבעיה » 18/6/2007 23:58

על_הגאולה דיין שמאל קעפל ווערט דערקענט פין דיין תגובה.........

Baachi » 19/6/2007 17:18

אין בעיה

דאס קינד וואס דו האסט זיין בילד אויף דיין נאמען.

דו קענסט איהם?
ווען גייט מען איהם מאכען פאות?...

על_הגאולה » 20/6/2007 01:41

אין בעיה, ביסט דאך אזוי גערעכט

אבער לאמיר טראכטען פארקערט, ווען ר' מענדל זילבער זאל אטאג נאכען מוציא לעז זיין כפי שיטתך ליגען דארט ווי בערנבלוט וואס וואלסטו דאמאלטס געזאגט

וואספארא ניגון מה יפית וואלסטו געזינגען

שלוםשטוב » 20/6/2007 05:51

על הגאולה
אפשר טיילט איר אונז מיט די "מופת"? וואס איז געשעהן מיט רב בערנבלוט?

פארלעסליך » 20/6/2007 06:19

באטשי, ארויסנעמן א ספר איז א "חרם הקדמונים" נישט א חרם דר"ת [פרעג מיר נישט ווי דער חרם שטייט, ווייל איך ווייס אויך נישט...].

אגב, די מיקימאוז מיט וועים די רעדסט דארט אויפן בילד, וואס איז למעשה באשלאסען געווארן ביים מיטינג? איך מיין אז די פראגע עגבערט שוין פילע ליינערס פאר לאנגע חדשים.

Baachi » 20/6/2007 20:35

פארלעסליך

מזאגט אז דער רבנו תם איז אויך געוועהן א קדמון.

וועגן דעם בילד האסטו עס בכלל נישט ארויס, איך רעד נישט מיט קיין גויאישן מיקי מאוז חלילה, איך רעד דארט מיט א ליבאוויטשער חסיד וואס וויל מיר לייגן תפילין אבער ער ווייסט נישט וויאזוי.

ווער זענען די פארשוינען אין דיין ניק, משפחה? אדער דאס איז א בילד פון דיין חסידים שטיבל.
 

פארלעסליך » 21/6/2007 00:50

די רבינו תם איז געווען א ראשון, א קדמון רופט מען געווענליך אן איינער וואס איז געווען עטוואס נאכן תקופת הראשונים, אבער בעיקר האב איך געמיינט אז עס שטייט נישט בשם רבינו תם, נאר באופן סתמי חרם הקדמונים.

איך האב הנאה צו הערן אז באטשי בכבודו ובעצמו האט זיך פורים - און אפשר גאר א גאנץ יאר? - פארשטעלט ווי א מיקי מאוז, ווי קען מען טאקע קויפן די הערליכע קאסטיום? עס קוקט אויס זייער שיין. אבער איין זאך פארשטיי איך נישט, א ליובאוויטשער קען זיך טאקע נישט אן עצה געבן מיט א מיקי מאוז??? זאת ועוד, לייגט טאקע נישט באטשי קיין תפילין טעגליך, קרקפתא דלא מנח...ער דארף אנקומען צום ליובאוויטשען??? אפשר האט ער דיר גאר געוואלט לייגען רבינו תם'ס און דו האסט נישט געוואלט...

מיינע פארשוינען ווענדט זיך:
די ערשטער פון פארנט איז נאך זייער נערוועיז זייט מ'האט געוואלט אסר'ן די אייער.
די צווייטער וואס שטעקט ארויס די צונג דאכט זיך קענסטו זייער גוט, ממילא דארף איך נישט פארציילען.
די דריטער, בין איך אני הקטן.
און דער דארט פון הונטערוויילעכץ וואס בלינקט מיט איין אויג, דאס ביסטו טאקע, המלך באטשי בכבודו ובעצמו... נישט אזוי???

די איבריגע קען איך נאר ביים ניק, נישט מיטן ריכטיגען נאמען, ווייס איך נישט פונקטליך ווער זיי זענען...

אבימלעבט » 21/6/2007 07:59

וממילא מובן לשון המשנה "ביצה שנולדה ביו"ט" ולא אמר ביצה שהוטלה ביו"ט דמיירי בנולדים,

_________________

aaatozzz » 21/6/2007 10:50

חרם הקדמונים הוא על פי רוב חרם דרבינו גרשום,

אבל החרם להוציא ערעור על גט מובא במרדכי סוף מסכת גיטין, בשם הר"ת והסכים עמו תלמידו רבינו משה  והלשונות הם חריפים מאד מאד עיי"ש,

_________________