http://www.mysatmar.com/docs/lakewood.pdf
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 12/06/2007 23:44:42
ביטע נשט נעמען פערזענליך וואס איך האב געשריבן,און איך בעט דא יעדן איבער אויב איינער שפירט זיך חלילה געטראפן. איך האב נישט געמיינט צו טשעפען כ'האב נאר געזאגט וואס א באקאנטער וואס וואוינט דארט זאגט מיר.
יעדער פראבירט וואס מער מ'קען מיר אריינפארן. איך האב געזאגט אז די פשעטיל קלעיפט נישט א ווארט צו א ווארט... דא ענטפערט קיינער נישט קיין ווארט ! זענט איר אלע אזעלכע עמי הארצים?
נאמבער צוויי, מ'קען יעדן בר מצוה בחורל' אויסלערנען זאגן א פשעטיל, דער פאקט איז אז דער ראשקעבאהא"ג האט נישט געלאזט אז מ'זאל אריינפרעגן, מ'האט זיך אויסגענומען אז מ'טאר נישט אריינפרעגן, און גלייך נאכן פשעטיל האט ער שנעל אפגעטראגן, מורא האבנדיג אז מ'וועט אים עפעס פרעגן און וועט בלייבן שטיל.
נאכאמאל נישט נעמען פערזענליך גארנישט.
ידידי היקר כמר אידעלע,
איך זעה אז דו ביסט דיך אזוי מתמרמר אז קיינער ענטפערט דיר נישט,
איז די זאך אזוי, ניין, קיינער איז אויף דיר נישט ברוגז חלילה,
איי יעדער איגנארירט דיך און קיינער ענטפערט דיר נישט, איז דער טעם זייער פשוט,
אצינד איז 84 דיגריס אינדרויסן, און אז דו וועסט זאגן אז ס'איז נאר 79
דיגריס, וועל איך דיר ענטפערן אז קודם מיין גראד ווייזט קלאר
אז ס'איז יא 84, און בכלל האב איך דזשאסט געהערט אויף CBS
אז ס'איז 84 דיגריס, און מסתמה וועסטו צוריק ענטפערן מיט דיינע הסברים
פארוואס ס'איז לדעתך יא 79,
אבער אויב וועסטו זאגן אז אצינד איז 15 דיגריס און ס'איז דא
א 18 אינטשיגע שניי, האלסטו אז עמעצער וועט דיר ענטפערן,
געוויס ניין !!!
יעדער וועט א שמייכל טוהן, און דיך איגנארירן,
הדברים פשוטים מאוד והמשכיל יבין.
_________________
_________________