הרב דניאל ביטון שליט"א וואס איז דער מוציא לאור פון די שיינע ש"ס לובלין הערט אויף צו דריקן דעם גרויסען פארמאט גמרות און גייט נאר דריקען די קלענערע, ווער עס קען אים און האט אן אינטערעס אין די גמרות זאל ביטע פארבירן משפיע צו זיין אויף אים אז ער זאל ענדערש נאר דריקן די גרויסע און נישט די קליינע,
עס וועט ווייטער זיין צו באקומען די והגית און ושננתם,
_________________
די גרויסע קאסט דאפעלט געלט צו דרוקען, משא"כ די קליינע איז האלב די פרייז, און האט מער קויפער'ס (רוב אירע ווילען נישט לערנען אין ביהמ"ד/כולל וכו' אין גרויסע לובלין גמרא), דעריבער לענ"ד וועט גארנישט העלפן קיין שום השפעה, נאר אויב עטליכע טויזענט מענטשען וועלן אריינרופען אז זיי וועלן מהיום והלאה נאר קויפן די גרויסע און נישט די קליינע.
מען קען שרייבען צו הרב אריה לייב פפר
lfefer@israel.net
איך האב זייער ליב די גרויסע לובלין, און איך האב גערעט מיט א גרויסער מוכר ספרים וואס זאגט מיר אויך אז די גרויסע זיינען בעסער, און אז עס וועט זיין נאר די גרויסע וועט מען דאס קויפן,
_________________
פארשטייט זיך אז אויב וועט נאר זיין די גרויסע וועט מען דאס בלית ברירה קויפען, אבער אויב וועט נאר זיין די קליינע וועט מען עס נאך מער קויפען!!!