היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אדמו"ר מסטראזניץ איז מוחה אויף פריע שבת מנין

אדמו"ר מסטראזניץ איז מוחה אויף פריע שבת מנין

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2220929

יכול » 7/6/2007 05:42

פארציילט מיר א חבר מיינער אז שוין אפאר יאר וואס עס איז דא א פריע מנין פרייטאג צו נאכטס אין סטראזניצער שול אין וויליאמסבורג ווי מען שטעלט זיך דאווענען מנחה בערך א האלבע שעה פאר'ן זמן הדלקת הנרות, די פארגאנגענע שבת איז די סטראזניצער רבי אריינגעקומען פאר ברכו און געזאגט א פייערדיגע דרשה אז עס איז בשום אופן נישט ערלויבט צו מאכען אזא מנין אין זיין ביהמ"ד.

ווייסט איינער אויב עס איז דא א הלכה'דיגע שאלה אויף פרי מקבל שבת זיין ווייל עס איז כמעט נישט דא אין וויליאמסבורג אזא זאך, משא"כ אין ב"פ איז עס מער אנגענומען.

פאטאקי08 » 7/6/2007 19:16

ניהול גרופ

לויטן שלחן ערוך מעג מען מקבל שבת זיין מבעוד יום דאס מיינט אפילו פאר פלג המנחה

_________________