די לעצטע צוויי וואכן איז אויפגעקומען א פרישע שערורי' . א סאך טשיקענס וואס מען עסט צווישן היימישן עולם איז נישט די ריכטיגע טשיקן מיט די ריכטיגע מסורה . וואס עפ"י הלכה איז "עוף טהור אינו נאכל אלא במסורת" און ממילא זענען די טשיקען עופות טמאים רח"ל וואס מען טאר נישט עסן נישט דאס פלייש און נישט זייערע אייער.
כדי מסביר צו זיין פארן עולם און פאר די לייענער וואס גייט פאר. וועל איך מאכען בקיצור כפי הצורך.
יעדע טשיקען וואס האט אייביג געהאט א מסורת אז דאס איז א תרנגול א עוף טהור. האט אין די בעק א זאך וואס מען פלעגט עס רופן אין אונגארן "פישפיק נארט" דאס איז אזא מין זאך וויא א קליין עק אזוי וויא א וויידל . אזוי וויא די גמרא זאגט אין פסחים ביי דעם גוי וואס פלעגט קומען עסן קרבן פסחים אין ירושלים און ער האט געבעטען פון די אלי' דאס פעטסטע . האט מען גלייך געוויסט אז ער איז א גוי ווייל יעדער ווייס דאך אז דאס פעטסטע די אלי' לגבוה סלקא גייט פארן אייבירשטען אויפן מזבח. און מען האט דעם גוי געהארגעט.
"פישפיק" הייסט אויף אונגאריש . אזוי וויא א בישאף (א הויפט גלח) למשל פישפיק-לאדאן מיינט דער בישאף לאדאן(דאס איז געווען זיין נאמען ש"י)
און פישפיק הייסט דאס גוטע חלק.(להבדיל דעם גלחס חלק)
דערווייל האט מען געטראפן צווישן די טשיקענס עטליכע טשיקענס וואס האבן נישט דעם חלק . און א פאר עלטערע פרויען האבען מעיד געווען פארן בי"ד פון די עדה החרדית אז אזאלכע טשיקענס פלעגט מען נישט עסן. ווייל דאס איז א אנדערע מין.
און עס איז שוין געווען א שטילע מיטינג ביים קארלסבורגער בי"ד וואס מען זאל טון וועגען די עופות . און צו מען דארף כשרען די כלים.
אזוי וויא אלע וואס לייענען מיינע שריפטן . זאגן אז ביי א סאך זאכען וואס איך שרייב. איז בבחינת אלו ואלו . איך ברענג אלע ביידע דעות.
וויל איך ביי די זאך אויך זאגן ביידע מיינונגען
דעת רוב הרבנים אז דאס איז די זעלבע עופות און אין צענדליגע דערפער אין ארץ ישראל שחט מען דאס שוין יארן.
אזוי וויא די קאבריצער עופות וואס דער הייליגער קמארנער בעל היכל הברכה זי"ע האט מרעיש עולמות געווען אז דאס איז עופות טמאים. און אין צאנז האט מען דאס געגעסן.
אפילו ביי די טורקיס איז געווען געפערליך אמאל . עס איז געווען אזעלכע פוסקים (שו"מ חלק חמישי סימן סט) וואס האבן געהאלטן אז דאס האט נישט קיין מסורה און דאס איז א עוף טמא.
ווידעראום אנדערע האלטן אז דאס איז סתם א שערורי' פון מענטשען וואס גלייכן פון צייט צו צייט צו מאכען איבערקערעניש צודרייט מאכען דעם עולם אזוי וויא ביי די שאלה פון די אייער וואס זענען נישט געווען זיכער אז דאס איז פון עופות טהורים און סוכ"ס איז עס יצא בהיתר פון הגאון הגדול ר"מ ברנסדורפער שליט"א.
און ביי די ווערעמדיגע פלאונדער פיש אמאל.
און עס איז דא וואס גייען נאך ווייטער און שרייען אז דאס איז אזוי וויא עס איז געווען אמאל געווען א חשובער איד פון לאנדאן הבירה וואס ער האט אין אלעם געזעהן צלמים . און ער פלעגט ארויסגעבען צענדליגע פלוגבלעטער מיט בילדער און גענומען חתימות. אבער בימים ההם האט זיך יעדער אויסגעלאכט
און די זעלבע וואס לאכן זיך אויס האלטן אז די גאנצע מעשה מיט וואסער וואס מען נוצט שוין אזוי איבער הונדערט יאר . איז אויך נאר א דמיון אז עס איז דא ווערעם כלשון הבעל ערוך השלחן סימן פ"ד.
אזוי אויך האלטן זיי אז טאמער מען שניד אראפ די גרינע בלעטלעך פון סטראבעריס און מען וואשט עס אפ און מען באקוקט עס דעמאלס קען מען עס רואיג עסן.
מען האט נישט געקענט נארמאל מברר זיין די זאך פון די טשיקן לעת עתה. קודם כל האט קיינער פון די רבנים בכלל נישט געוויסט וואס איז די שאלה. אזוי וויא אמאל ביי די חלב פרשה בערך.
איינער האט גאר געזאגט אז דאס א שאלה דעמאלס "פון גיד הנשה" . א צווייטער האט געזאגט אפשר פון עגלה ערופה וואס די תורה האט געהייסן. אז מען זאל עס טראגן צום נחל איתן.
א דריטער האט געשריגן אז אזוי וויא מען האט לעצטענס משנה געווען מנהג אבותינו . און מען לאזט שוין באקוקן ספרי תורות און תפילין ומזוזות.. דורכן קאמפיוטער . זאל מען מברר זיין דורכן קאמפיוטער און די דזשינס . אויב דאס איז די זעלבע עופות.
טאמער מען קען זיך פארלאזן אויפן קאמפיוטער ביי ספרי תורה און תפילינס וואס דאס איז דאורייתא. שמלאכתך מלאכת שמים. קען זיך אויך פארלאזן ביי די עופות אויב עס איז די זעלבע מין.
צווייטענס האט מען נישט געקענט מברר זיין לעת עתה.. ווייל ליידער מעשה שטן האט די שטאט סיטי אף ניו יארק. אפגעשפארט לעת עתה דאס בית השחיטה פון ר' מתתי' קאהן נ"י אויף פלאשינג עוועניו אין ברוקלין.
ווייל זיי לאזן מער נישט שחטן אין די סיטי נאר אין אפסטעיט וכדומה. ממילא האבן אלע פרומע ומדקדקים א גרויס פראבלעם וויא זיי זאלן שחטן זייערע עופות. זיי קענען דאך נישט גיין פארן יעדע וואך צו די שחיטה קיין קרית יואל וכדומה.
ביי אנדערע עופות שחיטות איז ניטאמאל דא צייט צו באקוקן די טשיקענס און על אחת כמה וכמה. צו באקוקן צו עס האט דעם שטיקל "פישפיק" . וכדומה.
די גמרא זאגט "פשפש ולא מצא יתלה בביטול תורה" קען זיין אויף ביידע אופנים
איינס אז ער האט נישט געטראפן און ער ווייס נישט אויב עס כשר דעמאלס "יתלה בביטול תורה" זאל ער תולה זיין ווייל ער קען נישט לערנען ער מיינט אז מען האט דא צוטון מיט א שאלה פון "נחל איתן"
צווייטענס . יתלה בביטול תורה . איז פשט אז ער זיצט אין א כולל און ער האלט נישט ביים לערנען . זוכט ער זיך סענזאציעס וואס צו טון. דאס מיינט די גמרא "יתלה בביטול תורה" ער זוכט צייט מבטל צו זיין . ער וויל זיך נישט פלאגן איבער אביי ורבא אדער א שטיקעל מהרש"א אדער מגן אברהם . פרייט ער זיך אז מען קען רעדן פון סענזאציעס.