היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע: אריזאנע ווייץ סקאנדאל....

באמבע: אריזאנע ווייץ סקאנדאל....

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2217072

אידעלע » 31/5/2007 20:13

מערערע רבנים זענען די טעג געוואויר געווארן געפערליכע פרטים איבער די אריזאנע ווייץ...
איך קען נישט איבערעבן קיין דיטעלס, ווייל עס ווערט נאך באהאנדעלט ביי זיצונגען פון די גרעסטע רבנים.

פרטים יבואו

_________________

איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...

צודערזאך » 31/5/2007 22:48

קושקע, איך לאך אזוי שטארק פונעם ליינען דיין תגובה, אז איך מיין אז דאס גייט ווערן דער זיבעטער טעם פארוואס ס'איז חמץ'דיג, ווייל ווען מ'וועט זעהן די "אריזאנע ווייץ" [ימח שמו] וועט מען זיך צולאכן און די ווייץ וועט ווען חמץ פון די שפייעכץ.

יגדיל תורה ויאדיר

Mench » 1/6/2007 01:52

הערטס אויס רבותי, יעצט איינמאל ווייסט אידעלע שוין איינמאל וואס ער רעדט

לאמיך אביסעל ערקלערען דעם תוכן הדברים, עס איז אביסעלע קאמפליצירט אבער לייגט צו קאפ

די ארונים זענען דאך דערווייל נאר ביזי געווען צי פארענטפערען אז עס רעגענט נישט און עס גייט נישט קיין טוי אין אריזאנא

נו גוט, נניח זיי זענען גערעכט, עס איז נישט דא קיין וואסער אין אריזאנא

אבער כדי א חפצא זאל ווערן חמץ מוז דאך עס האבען צוויי באשטאנדטיילען

1) וואסער

2) מעהל

איצט איז אזוי די ארונים פארטושען די מוחות און רעדען כסדר פון דעם טייל, אז וואסער איז נישט דא

נו, האט מען דאך נאר איין זייט פונעם חמץ פראבלעם געלעזט

אבער וואס טוט זיך מיטן צווייטן טייל פונעם חמץ? מעהל?????

איז מען יעצט געוואויר געווארן, צו די ארונים ווילן יא מודה זיין צו נישט, הערטס אויס, שפרינגטס נישט ארויף אויף מיר, איך דערצייל נאר פאקטן, און פרעגטס ענק נאך ביי די רבנים, דער פאקט איז באשטעטיגט געווארען אויף הונדערט פראצענט און די ארונים קענען דאס נישט לייקענען בשום אופן, אז:

אין די אריזאנע ווייצלעך האט מען געטראפן מעהל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נו, וואס זאגען די ארונים יעצט?

_________________

שלמה_זלמן » 1/6/2007 05:58

קושקע. A1

איזראלי » 1/6/2007 11:12

עס קען זיין אז דער צדיק הגז''ל האט מתפלל געווען און עס גייט רעגענען אין אריזאנא כדי די ארונים זאלן נישט האבן קיין וויייץ אויף פסח .