מ'זעט די אשכולות וועגן סטראבעריס קען מען מיינען אז מרעט פון ברויט אדער לכה"פ פאטעיטעס (קרומפירען בלע"ז)
באשר בכן אחרי הרבה שיקול הדעת באתי לכלל החלטה לפתוח אשכול חדש נאר אויף דעם נושא.
אפשר לעב איך אין עולם התוהו, אבער די ריכטיגע וועלט האלט אין איין עסען סטראבעריס
אתמהה?
א ריכטער האט אמאל געפרעגט דעים פאראורטיילטן: וואס איז דיין לעצטען וואונטש???
"א קעסטל סטראבעריס" האט ער געענטפערט.
"אבער יעצט איז דאך ווינטער, און עס איז נישטא קיין סטראבעריס"??? פרעגט-זאגט דער ריכטער
"הער ריכטער, איך קען צו ווארטען ביז זוממער אויך!", איז געקומען די אנטווארט
הרב באטשי שליט"א
האסט א וודאי פארגעסען, סטראבעריס איז נישט קיין פשוטער ענין, וואס פאר א טעם האט א שלש סעודות יעצט אין די זומער וואכען אן א סטראבעריס???
איך הער אז די או יא זאגט אז מען מעג עסען סטראבעריס, האט איינער מער אינפארמעישאן ?
_________________
פארוואס נישט "קטיף" סטראבעריס ?
_________________
צדיקל
גוש קטיף געהערט שוין היינט פאר די אראבער.
דארפסט זך נישט אפהאלטען פון סטראבעריס, סקווערער בית דין איז מסביר די וואך אין א מודעה פארוואס זייער געפרוירענע סחורה איז מותר לכתחילה.
איר קענט עס אפשר ארויף סקענען?