יעצט איז נאך די חופה, איך זיץ אין מיין קאר און שרייב אראן די נאטיצן
סידור קידושין - רבינו שליט"א אבי הכלה
כתיבה לייענען - הרב החסיד ר' משה וואקסמאן שליט"א חותן רבינו
מיט די ברכות:
הרבני ר' שלמה ישעי' ליפשיץ נ"י זיידע פון חתן
הרבני ר' יעקב בערגער נ"י זיידע פון חתן
הרה"צ מסטריזשוב שליט"א
הרב יעקב ישראל מייזליש - אב"ד קרית באבוב בת-ים
הרב בן ציון בלום - דומ"ץ באבוב לונדון
ברכה אחריתא: הרה"ג ר' אברהם חיים שפיטצער אב"ד אור חיים
עדי קידושין:
הרב מאיר לוריא ר"י באבוב בני ברק
הרב שמעון שלעזינגער ראה"כ באבוב י"ם
דער עולם ביי די חופה איז געשאצט פאר בערך 1000
_________________
עס איז היינט צו-טאג דא ב"ה צוויי באבוב, און ביידע באבוב האבן גענוג מענטשן צו מאכן שיינע גרויסע חתונות, לכבוד ולתפארת רבותינו הק'.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 28/05/2007 17:32:46
תמונות מדהימות מהחתנוה הגדולה
מעמד החופה
[בילד – נישט אפגעהיט]
הופעת רבנינו שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
הקהל במצוה טאנץ[בילד – נישט אפגעהיט]
אלעס רעד פון זיך אליין. זייער שיין.
איבער א מיליאן 1.000.000 דאלער ארויסגעטראסקעט פאר די חתונה - כדי אויפצווייזן פאר די וועלט - אז עס נאר דא "איין באבוב" - מען גרייט זיך שוין חדשים מיט מחשבות און פלענער - אהער צושטעלען א מלכות'דיגע חתונה - וואס זאל אינגאנצען אפווישן די חתונה פון בת רבינו שליט"א אדר תשס"ו - זיי מיט זייער גרויסהאלטערי האבן כסדר געזאגט - עטס וועט זעהן די רבבות חסידי באבוב וואס וועלן זיין ביי די חתונה -
מען האט געטיילט טיקעטס צו קומען פון ארץ ישראל, אייראפע מכל אתר - פאר היימישע מענטשן און פאר פילע פרעמדע מענטשן (וועלכע זאגן צו אונז גיטס אונז טיקעטס, וועלן מיר קומען צו ענקער חתונה אויך) - ( אידן האבן טענות אז די לעצטע טעג איז דא א פארפלייצונג פון ארץ ישראל'דיגע שנארעס אין די בתי מדרשים און הייזער)
מענטשען וואס זענען געווען אויף די ביידע חתונות - זאגן קלאר און דייטלעך - אז עס איז יעצט באשטעטיגט געווארן - אז עס איז דא "צוויי באבוב" - ביידע האבן דאס זעלבע.
אז מען געמוזט אומפאטירען אזויפיל געסט פון איבעראל - צייגט דאס אז זיי האבן נישט גענוג מענטשען אין ניו יארק - וואס האט זיך קלאר לעצטענס אויפגעוויזן דעם חשבון - אז 48 האט פארמאגט בערך 800 + משפחות אין גאנץ ניו יארק -
די גאנצע שווערע הארוואניע פון די חתונה האט גארנישט משנה געווען פון די מציאות - אלעס בלייבט ביים אלטן - עס איז געווען א בחינה מיט דעם משל " א קעניג אויף איין נאכט" וד"ל
געדענקטס גוט: באשעפער איז נאר דא איינס - באבוב איז דא צוויי