בפקודת הקודש, זאל יעדער זיך משתתף זיין ביי די חתונה היינט ביינאכט.
נעכטן מוצאי שבת קודש בין איך אריין אל הקודש פנימה בנוגע כמה ענינים, בין הדברים פרעג איך דעם רבי'ן חוות דעתו צו איך זאל גיין צום חתונה פון בת האדמו"ר המהרב"ץ שליט"א, האט די רבי גענטפערט אוודאי זאלסטו גיין ווייל דאס איז גיווען די רצון פון די שווער ז"ל (כ"ק אדמו"ר זצ"ל) און די רצון פון זיידען ז"ל (כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצ"ל) אז מען זאל זיך האלטען באחדות וואס די מצב זאל נאר נישט זיין, ובפרט ביי שמחות זאל מען זען אוועקצולייגען אלע זייטיגע חשבונות ונגיעות און זיך גיין מיטפרייען מיט די שמחה.
ע"כ בין איך דא מכריז בפקודת הקודש וכמנהג בית באבוב זאל יעדער זיך משתתף זיין ביי די שמחה במלבישי שבת, און מקדש זיין שם שמים ומלכות בית באבוב.
נב. היות איך האב נישט באקומען אן איינלאדענונג בריוו (אויך נישט פון די מחותן, כידוע) בעט איך בכל לשון של בקשה ווער עס האט אנווייזינגען אנצוקומען צום חתונה זאל, זאל עס דא ארויפלייגען.