איך פארשטייט זיך האב עס אוועק געמאכט, איך האב אים געזאגט אז ער איז נישט בעסער פון די וואס לייקענען די האלאקאסט און ער איז א גוטע פאר מיט די וואס האלטן אז 9/11 האט בוש אינטערגעשטעלט.
איך האב אים געזאגט אז אויב עס וואלט ווען געווען נישט אמת וואלט פינקל זיך נישט געלאזט און ער וואלט עס געלייקנט, האט ער מיר געענטפערט אז ער האט געזען אז אלע זענען א קעגן אים און מען וועט אים במילא נישט גלייבן איז האט ער נישט געהאט א ברירה און ער האט געמוזט בלייבן שטיל,
בקיצור איך האב זיך געטענה'עט מיט אים און ער איז געבליב ביי זיינס און איך בין געבליבן מיט מיינס.
מיט וועמען זענען ענק? האלטן ענק אז די גאנצע מעשה מיט פינקל אז ער האט פארקויפט טריפה'נע פלייש איז אמת, אדער האט מען סתם אים גוט צוגעפיקסט?
ביטע ענטפערן
אויב האלט איר אז ער האט פארקויפט טריפה'נע פלייש ביטע ענטפערן, יא
אויב האלט איר אז ער האט נישט פארקויפט טריפה'נע פלייש און עס איז נאר א בלוט בלבול ביטע ענטפערן, ניין
אויב זענט איר מסופק אין דעם ביטע ענטפערן, אפשר
ביטע ענטפערן נאר ביי די לינק כדי עס זאל גערינגער זיין צו זען די תוצאות
http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2213219