היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ספינקא. וויפיל רשעות קען מען אפטאן פאר א קראנקען ברידער

ספינקא. וויפיל רשעות קען מען אפטאן פאר א קראנקען ברידער

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2210406

גוטזאגער » 20/5/2007 22:18

די בלוטיגע רציחה וואס ווערט אפגעטאן קעגן כ"ק אדמו"ר מבית שמואל דספינקא, הזקוק לרחמי שמים מרובים, ולרפואה שלימה במהרה, שרייט טאקע ביזן הימל, אבער אין די אויערן פון דעם אינגערן ברידער וואס וואוינט אויף קיעפ סטריט גייט דאס נישט אריין.

ווי לאזט זיך פארשטיין, דער עלטעסטער ברידער ליגט על ערש דוי, מיט א בלוט דרוק פון די גאר נידעריגע ציפערן און דא שטייט דער יונגערער ברידער און פייניגט אים אויס וואך איין וואך אויס, און יעדער איז שטיל.

ווי לאזט פארשטיין. די חשוב'ע רביצין פון ספינקא רבי'ן איז רח"ל טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין א שרעקליכן עקסידענט נאכנישט קיין יאר צוריק. קומט דא דער יונגערע ברידער און פייניגט איר אויס בעלמא דקשוט - מיט'ן משנה זיין ביי איר קבר, קעגן דעם רצון פון די משפחה, קעגן דעם רצון פונען קראנקען מאן, כ"ק אדמו"ר מבית שמואל שליט"א, און קעגן די מסורה לבית ספינקא, וויל דער יונגערער בלוט דורשטיגער ברידער ווייזן בעלות און טוישן דעם בלעך, קעגן צוואת רבי יהודה החסיד.

וויפיל איז דער שיעור פון רציחה ?
וויפיל איז דער שיעור פון פארגיסן דאס בלוט פון דיין עלטערן קראנקען ברידער?
אויף וועמען ווילסטו איצט ווייזן בעלות און שררה?


וואס ווילסטו פון די נשמה פון דיין שוועגערין ז"ל?
לאז איר רוען במנוחה נכונה!
לאז אפ איר מצבה ! לאז אפ איר רוה ארט.
לאז אפ דיין עלטערען ברידער, וועלכער איז רח"ל שטארק נישט געזונט און די ווייסט דאס !


יונגערע ספינקא רבי פון קיעפ סטריט:
ביטע הער אויף מיט דיינע שיקאנירונגען ווייל מיר וועלן אויפשאקלען די גאנצע וועלט פון די מעשה רשע וואס איר טוט אפ.





_________________

תוקן על ידי - גוטזאגער - 20/05/2007 22:21:26

גוטזאגער » 20/5/2007 22:20

ביטע

לאז געמאכט איר רוה ארט



[בילד – נישט אפגעהיט]


_________________


תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 25/05/2007 20:39:54

_________________

ארגינעלער » 21/5/2007 01:05

ממש א רחמנות אויף ר' בעריש שליט"א, וועלכער ראנגלט זיך מיט'ן לעבן, און מאכט נעבעך אזויפיל מיט, און דא וויל מען טשעפענען די קבר פון זיין רביצין ע"ה, וואס איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן פון אים.

פאריגע וואך איז ממש געקומען צו א מצב אז מען האט שוין גערופן די חברה קדישא צו זיין שפיטאל בעט, צוליב די געפערליכע עגמת נפש וואס ער גייט דורך, וואס פירן אים אין קבר אריין. די דאקטוירים זאגן אז די הארץ עסענישן טוען אים ממש אומברענגען, און אויב דאס שטעלט זיך נישט אפ באצייטנס, קען זיך דאס אויסלאזן פאטאל רח"ל.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 21/05/2007 1:02:39

איוואן » 21/5/2007 01:35

איך האב געהערט וועגן א פלאן צו ארגענאזירן א פראטעסט פארענט פון הרה"צ ר אביש'ס שטוב אויף קיעפ.

ווייסט איינער מער?

משמשבקודש » 21/5/2007 01:51


אפשר קען איינער מפרש זיין איבער וואס די מדובר איז  דא?

פארלעסליך » 21/5/2007 01:59

WELLCOME BACK איוואן, שוין לאנג נישט געהערט פון אייך.

yones69 » 22/5/2007 00:06

איך וויל נישט רעדן אויף רבי בעריש שליט"א יעצט ווען ער איז זקוק לרחמי שמים מרובים, אבער גיי פרעג הנהלת מוסדתינו הק' בוויליאמסבורג וויפיל ער רייסט ריזיגע געלטער פון די מוסדות.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/05/2007 0:16:22

גוטזאגער » 22/5/2007 00:16

יאנאש
וואס דרייסטו דא א קאפ מיט סאטמאר, און מיט א לאקאלע אישו מיט א תלמוד תורה.

מ'רעדט פון א מצבה פון זיין פרוי, מ'רעדט דא פון צאפן דאס בלוט פון אן עלטערן ברודער ווען ער איז זקוק לרחמי שמים, און יעדע ריר קען חלילה האבן א שווערע ווירקונג.

מ'רעדט פון צוויי ברידער, ווי קומסטו בכלל אריין דא אינעם שמועס. מ'רעדט פון מצבה און א קבר רעדסטו פון א תלמיד תורה פון סאטמאר.

_________________