היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » סטראבעריס שטארק ווערעמדיג

סטראבעריס שטארק ווערעמדיג

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2207976

ROCKLAND » 17/5/2007 00:30

פאר שבת איז אין מאנסי געווען אויסגעהאנגען צעטלעך פון א "מכון לתולעים" אז סטראבעריס איז זייער ווערעמדיג, און ס'איז נישטא קיין שום וועג עס צו רייניגן, דעריבער "פסק'ענען די רבנים" אז מ'זאל נישט עסן קיין סטראבעריס...

איך האב תיכף גערופן א רב המכשיר מיט וועם איך רעד אסאך און איך קריג פון אים אסאך אינפארמאציע בכלליות, און ער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט פון גארנישט, איך האב פאר מיר אליין מחמיר געווען, אבער דא ברבים האב איך נישט געוואלט רעדן וועגן עפעס א שערורי' וואס קומט אינגאנצן פון א נייע מכון בלי שם און אן קיין חתימות, ס'האט אויסגעזען כאילו עפעס א פריוואטע מערכה.

למעשה האב איך היינט גערעדט צו חשוב'ן עוסק בכשרות, וואס זיינע רעפעראטן זענען קראנט און אויסגעהאלטן, און ער זאגט מיר אז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער צעטל איז ריכטיג, און מערערע משגיחים האבן בודק געווען סטראבעריס נאכ'ן וואשן און אפרייניגן אויף די שטרענגסטע וועגן, און ס'איז געבליבן ווערעמדיג.

זאל דער עולם וויסן געווארנט צו זיין, און נישט נכשל ווערן מיט די פינף לאוין וואס קומט מיט יעדן קליינטשיגן ווערעמל.

אויף מיין שאלה וואס ס'טוט זיך מיט סטראבעריס מיט השגחות וואס קומען פראוזן אדער געמישט אין פראדוקטן, וויאזוי ווערט דאס יא ריין אויב מיט די היימישע מעטאדן קען מען נישט פטור ווערן דערפון?

האט ער מיר געענטפערט, אז די שאלות זאל איך פרעגן פון די רבנים המכשירים אליין.

משנתחסידים » 17/5/2007 00:32

סאיז דען א חידוש?
ווער עסט סטראבעריס אן בודק זיין

ROCKLAND » 17/5/2007 00:34

אפשר לערנסטו מיך אויס וויאזוי מ'איז בודק סטראבעריס?

אגודיסט » 17/5/2007 00:50

לויט מיין ידיעה זענען די געקענטע סטארעבריס פון פעלדער ווי עס קענען נישט צו קומען קיין ווערעם.
איך האב אמאל גערעדט מיטן וואלאווער רב וועגען דעם (ער איז דאך די בעל מכשיר אויף מהדרין און זיי האבן סטראבערי יוגערט), האט איר מיר אזוי געזאגט אז ער האט ספעציעלע פלענטס פאר סטראבעריס ווי עס קענען נישט צוקומען קיין ווערים

ROCKLAND » 22/5/2007 01:36

דערווייל האבן עטליכע כשרות ארגאניזאציעס ארויסגעגעבן אן אומצוויידייטיגן פסק בנוגע "פרישע סטראבעריס" און דאס גע'אסר'ט, אפילו נאכ'ן וואשן אויף פארשידענע אופנים.

כמה אסיפות הרבנים איז שוין צושטאנד געקומען, ווי רבנים און מומחים האבן געפרואווט צו רייניגן, און זיך איבערצייגט אז די מצב פון די סטראבעריס איז שרעקעדיג, און מ'קען דאס נישט עסן.

Baachi » 22/5/2007 03:14

ווי איך געדענק איז אויף די מודעה לאיסור פון סקווירער בי"ד און פון וואלאווער. באטאנט אז זיי מיינען נישט די געפרוירענע.

דיפלאמאט » 22/5/2007 04:56

ריכטיג.

התאחדות שרייבט אין זייער צעטל אז די פארפרוירענע סטראבעריס 'בהשגחתינו' קען מען עסן...

עבדעברי43 » 27/5/2007 16:51

מען פארדרייט דעם עולם א קאפ מיט שקרים וכזבים . וועגן דעם גלייבט מען שוין גארנישט און עס איז נאך אלץ דא אין די יודישע פרוכט סטארס אין וויליאמסבורג פרישע סטראבעריס.

ווייל דער אמת איז .. אז מה דאך ווען א יחיד קוקט אליין און וואשט יעדע סטראבערי עקסטערע . דאך קען מען נישט אויספוצען און ריין מאכען די סטראבערי פון ווערעם מכל שכן על אחת כמה וכמה. וואס אין די פאבריק ווערען געוואשן הונדערטער און אפשר טויזענטער סטראבעריס צוזאמען איז זיכער ברור כשמש אז עס בלייבט ווערעמדיג. און דאך פאר זייער אינטערסע און פאר זייער כבוד וועגען (התאחדות)  ווילן זיי נישט מודה זיין אז די בודק סטראבעריס זענען ווערעמדיג.
חוץ מזה . פרעגט אליין די בקיאים אין תולעים . וועט איר אליין הערן קלאר אז די בודק סטראבעריס זענען פונקט אזוי ווערעמדיג . נאר זיי האבן מורא(פון די התאחדות)  דאס צו זאגן ברבים. אזוי וויא דעמאלס ביי די בראקלי. וואס סוף כל סוף נאך אלע האטליינס האבען זיי בעל כרחך געמוזט מודה געווען.
און אויך די כדתיא לונדאנער בי"ד האט געאסערט אויך די פראזען.
Worms have been found in the following Bodek Frozen Strawberries Code #7104 D 09. These strawberries come in bags or containers and should not be used.
חוץ מזה טאמער מען האט איינמאל געטראפן אין די פראזען אויך.  איז דאך א סימן אז די וואשינג סיסטעם קען אויך דורכלאזען ווערעם און שרצים.  און וויאזוי מעג מען דאס עסן אומבאקוקט. ?

מען עסט דאס בלינדערהייט אומבאקוקט בכלל. עס איז דאך נישט געוואקסן אין "גרינהאוזעס" נאר אויף סתם פעלדער.
וועגען דעם "ווייל אני ואפסי" מיינס בלייבט אייביג כשר. וועגן דעם לאכען זיך ליידער א סאך מענטשען אויס פון אלע איסורים ומודעות און עסן מכל הבא ליד.

וויא איז דער סאטמארער בי"ד ? וואס איז זייער מיינונג. ?  אפשר ווייל קרית יואלער בי"ד האט געאסערט. וועגען דעם האלטן זיי אז מען מעג יא? לאזט אונדז הערן ענקער מיינונג. השמיעיני את קולך!!

כך עונשו של בדאי שאפילו אומר אמת אין שומעין לו.

שלוםשטוב » 27/5/2007 20:41

צו הערען די דרשה פין מאגרוב רב וועגען סטראבעריס, רופט
2124618834

דריקט צוויי און דערנאך איינס.

_________________

עבדעברי43 » 27/5/2007 21:04

ביי קארלסבורגער בי"ד האט מען בפני מרן מהר"י ראטה שליט"א געפענט פעקלעך סטראבעריס פון די קאמפאני בודק (הבודק צריך שיבטל) און כמעט אין יעדען פעקל איז געפינען געווארן שרצים רח"ל.
הגאון רבי בן ציון וואזנער שליט"א האט אין סטאלין געהאלטן א פייערדיגע דרשה און מסביר געווען קלאר אז די וואשעכץ ביי די גויישע קאמפאני וויא בודק וואשט די סטראבעריס . איז א סאך ווייניגער וויא א פריוואטער מענטש וואשט ביי זיך די סטראבעריס.
און התאחדות הרבנים האט עהם געסטראשעט ער זאל שוין צענזורירן דעם טעיפ. ווייל זייער עיקר הכנסה קומט פון בודק.
און ער האט דאס טאקע צענזורירט. (עס איז דא יחידים וואס האבען די ארגינאלע)

סך הכל דאס איז ברור כשמש בצהרים אז טאמער מען טאר נישט עסן די פרישע סטראבעריס נאכן אפוואשען דעמאלס איז זיכער בלי שום צל ספק . אז מען טאר ח"ו נישט עסן די בודק פראזען סטראבעריס בשום אופן. . מען קען דאס געוואיר ווערן סיי ביים סקווערער בי"ד און סיי ביי די מבינים. און אפילו ביי די קאמפאני אליין. וואס זענען אליין מודה אז נאך זייער וואשען בלייבן איבער שרצים אין די סטראבעריס.

איין ווארט סך הכל... נאר מיינס איז כשר. קיינעמס נישט. . אונדז זענען מיר בכח אפילו צו געבן א הכשר אויף שרצים. מטהר צו זיין את השרץ בק"ן טעמים.(עירובין י"ג)   מיט די גוטע פיינע טעמים וואס מען שפירט אין סטראבעריס מיט די ווערעם.

אבימלעבט » 27/5/2007 22:31

די OU איז באגלייבט וועגען זייער השקפה און צוגאנג צו כשרות, ווייטער די .... הערט דעם חלב טעיפ פון די אסיפה וועגען ניקור [בחייו פון ויחי יוסף]  וועט איר זעהן זייער צוגאנג,

איך פארשטיי נישט פארוואס ביז דעם דברי חיים און ערוך השלחן טרעפט מען נישט קיין איין מקור וואס זאל רעדען פון די ווערעם וואס מען קען זיי נישט זעהן נאר ווען איינער ווייזט דיר ווי זיי זענען,

די ווערעם אין די וואסער איז געווען זייט בריאת העולם, און איך האב נישט געהערט איינער זאל האבען אן אנטיק "זייער" פון אן אמאליגען גדול.

איך האב געהערט אין נאמען פון ר' יחזקאל ראטה אז אין ירושלים ווי מען האט געטרינקען וואסער פון בורות [זימער רעגענט נישט אין די בורות ווערען פיל ווינטער] אין די ווערעם זיינען געשפרונגען אין וואסער, [מען האט א ודאי אויסגעזייט די ווערעם וואס מען זעהט מיט די אויגן].

אלע דורות האבען די באבעס "באקוקט" די קרויט לכבוד שמח"ת און אלע אנדערע זאכען וואס האבען א חשש און מען האט עס פיין געגעסען,

היינט שפריצט מען די פעלדער און איך גלייב נישט אז היינט איז דא מער ווערעם ווי אמאל, הגם מען לאזט שוין נישט שפריצען מיט די גאר שארפע קעמיקעלס,
 
זאלען די רבנים זאגען אז מען דארף בודק זיין אליין ביי זיך אין שטוב אין אז מען זעהט נישט קיין ווערעם מעג מען עסען, און די זעלבע מיט די וואסער,

איז ביי כשרות אויך דא א שרעק ביי די רבנים צו זאגען דעם אמת, אדער צו געפעלען?

אין לי היתר הוראה, ולא באתי אלא להעיר.

עבדעברי43 » 27/5/2007 23:02

לכבוד הסופר החשוב "אבי מלעבט" נ"י

איך האב נישט געזאגט אויב מען מעג עסן די ווערעמדיגע סטראבעריס אדער מען זאל זיך מונע זיין אזוי וויא די רבנים שרייבן אין זייערע קול קוראס . אדער עס איז אינגאנצן אסור אזוי וויא מאגרובער רב שרייבט אין זיין בריעף.

איך האב נאר געזאגט דעם ביטערן אמתן פאקט. אז טאמער עס איז אמת אז מען קען נישט אפוואשען די סטראבעריס אינדערהיים און נאכדעם באקוקן אויב עס איז דא ווערעם

דעמאלס איז זיכער אז ביי בודק וואס די סטראבעריס ווערן פלעין געוואשן  אין די הונדעטער . אין פולע וועידס(וואנעס) עס איז ניטאמאל דא בראשעס אין די מאשינען זיי אפצורייבן. און קיינער קוקט זיי נישט איבער נאכדעם .
איז זיכער אז אויב מען טאר נישט עסן פרישע געוואשענע סטראבעריס . דעמאלס טאר מען זיכער נישט עסן די בודק סטראבעריס וואס דער סיסטעם פון זייער אפוואשען איז א סאך שוואכער וויא ביי זיך אינדערהיים. . נאר די מכשילי הרבים פארלאזן זיך ביי זייערע פראזען בודק ווערעמדיגע סטראבעריס אויף אינו נראה לעינים . אדער אנדערע מעשיות הוידל בוידל. . נאר אויף די פרישע וויבאלד עס איז נישט זייער הכשר אסערן זיי דאס.

נאכאמאל די אלע איסורים מיט יש למנוע'ס וואס עס איז ארויסגעקומען אויף פרישע סטראבעריס איז אוודאי חל אויף די געפרוירענע פון בודק.  און דאס וואס מען האט געשריבן אז די בודק געפרוירענע זענען נישט ווערעמדיג דאס איז שווא ושקר מוחלט. . אזוי וויא עס איז בפירוש באוויזן געווארן ביי הגה"צ מקארלסבורג שליט"א כמעט ביי יעדען פעקל. נאר מחמת פחד פון די טעראריסטן (התאחדות ) האבן די רבנים מורא אויסצוזאגען דעם אמת. 

די או יו פארלאזט זיך טאקע ביי בודק אויף אינו נראה לעינים. און אין הכי נמי זיי האבן נישט געאסערט די פרישע סטראבעריס אויך נישט . בפרט נאכן אפוואשען.

עבדעברי43 » 28/5/2007 01:53

גייטס אריין צו לאנדא'ס סופער מארקעט אין וויליאמסבורג. ער פארקויפט נישט ח"ו דעם טמאנעם בלאט ווייל עס איז געאסערט געווארן דורכן ברך משה ע"י נאמןו ביתו משה. . אבער פרישע סטראבעריס וואס איז געאסערט געווארן דורך אלע רבנישע ארגאנאזאציעס דאס פארקויפט ער אפען בריש גלי . און ער פייפט אהן אלע איסורים .
וויא זענען די שרייערס ? מכשיל זיין אידן מיט ווערעם איז נישט קיין איסור? וואס דאס זענען שוין אלע רבנים מודה . נאר דער עירוב וואס עס איז עכ"פ שנוי במחלוקת צווישן די רבנים דאס איז ערגער. ??  א פורים שפיעל איז ענקער גאנצע פאלשע קנאות מיט ענקערע פורים מחאות . 

allllways » 28/5/2007 02:18

  עבד עברי

זאלסט מיר מוחל זיין אבער איך נעם אינגאנצן נישט אן דיינע רייד. פארוואס עפעס זאל איך דיר גלייבן אז די פראזען סטראבעריס זענען אויך נישט גוט. איך האב געהערט גראדע אז זיי האבן יא ספעציעלע מאשינען וואס וואשן אפ מיט א מוראדיגן קראפט די סטראבעריס, עס שאקלט זיי אויף, און מיר אינדערהיים קענען נישט מאכן דעם סיסטעם. אבער אפילו נישט פארלאז איך זיך אויף זיי לגבי פראזן, ווייל וואס איז די חילוק פון פרישע סטראבעריס און פראזען לגבי אז מ'זאל מורא האבן פון התאחדות. אויב לשיטתך איז קיין שום חילוק צווישן פרישע און פראזן איז פונקט ווי "אלע" זענען ארויסגעקומען אז פרישע איז אסור, וואלטן זיי דאך פונקט אזוי אויך געדארפט זאגן אויף די פראזן. און בכלל וואלטן זיי מורא געהאט מתיר צו זיין דערווייל אויב עס איז אזוי פשוט ווי דו לייגסט אראפ אז עס איז פונקט אזא חשש ווי פרישע, ווייל נאך אלעם וועט מען דאך קלאר איבערווייזן אז עס איז יא אסור, און זיי וועלן אויך מוזן אסר'ן. עס איז דאך זאכן וואס איז עבידא לגלויי.

אבער אויב די זעלבע וואס זענען מודה אז פרישע איז אסור זאגן דאך אז פראזן איז דערווייל מותר, קען איך עסן פראזן מיט א רואיגקייט, עליהם ועל צוואריהם. אויב טענה'סטו אז איך קען זיי נישט טראסטן, איז אפשר קען איך זיי בכלל נישט גלייבן און עס איז בכלל נישטא קיין פראבלעם מיט סטראבעריס...

אז דו האסט מער אינערליכע אינפארמאציע, דאן גיב זיי ארויס און צולייג זיי אויפ'ן טיש. אבער אבי שיסן און האקן אז "דו האלטסט" אז די פראזן איז פונקט אזוי אסור, איז ארויסגעווארפן.

לחייםיודען » 28/5/2007 02:26

א"כ הסופר החשוב מאוד נעלה "עבד עברי" נ"י

קודם א יישר כח פאר דיין ברייטע און ניצליכע אינפארמאציע בנוגע כשרות המאכלים. דערנאך וואלט איך געוואלט זיך באציען צו אייניגע ענינים:

1] ווי איך זע אז ביסטו אביסל באהאווענט אין אינפארמאציע בנוגע עניני כשרות המאכלים. וואלט איך דיר געוואלט אנפרעגן איבער דער לעצטעריגער פראבלעם פון די גרינצייג וואס מ'פארקויפט אין די מארקעט. עס זענען געווען לעצטענס מודעות פון כשרות ארגאניזאציעס איבער די פראבעלמען וואס ס'מאכט זיך ביי געוויסע גרינצייג אז מען באשמירט זיי מיט קעמיקלס. וויל איך פרעגן, וואס טוט זיך מיט טאמאטעס, דארף מען אפשיילן די קליפה (שאלעכץ) פארן עסן אדער קען מען דאס עסן כמות שהוא? אדער אפשר דארף מען דאס קודם גוט אפוואשן? ילמדנו רבינו.

2] הסופר "אבי מ'לעבט" האט אויפגעברעגט א קושיא, איבער געוויסע כשרות פראבלעמען וואס זענען אין די לעצטע פאר יאר אויפגעקומען צווישן אלגעמיינעם ציבור המדקדקים בכשרות, ווי למשל איבער די ווערים אין וואסער וכו'. מע"כ האט זיך באצויגן צו זיינע ווערטער אבער קיין תי' מספיק אויף די קשיא האסטו נישט אנגעגעבן. אויב מעגליך וואלט איך געוואלט הערן אן ערקלערונג פון דיר איבער די ענינים.

וייש"כ למפרע.

trant_lott » 28/5/2007 03:41

איך האב א שטארקע  קשיא צי די בעלי מכשרים, בעיקר צי התאחדות אין ניו סקווער וואס זיי גיבען הכשירים אויף פרויזען סטראבעריס

כלל ישראל  האט געכאפט א שאק מיטען געוואר ווערן אז ליידער איז מען בלא יודעים נכשל געווארן מיטען עסן שרצים
די וועג וואס איז געווען אנגענימען ביז יעצט אז דאס רייניגט פין שרצים האט זיך ארויסגעשטעלט צי זיין אומווירקזאם.אין למעשה בלייבען נאך יא שרצים, עס איז זייער ווייטאגליך צי טראכטען אז מען האט זיך ליידער אנגעפילט מיט שרצים אין געגעבן צי עס פאר די קינדער שרצים, אבער דאס איז די טריקענע מציאות אין עס איז נאר געווען א שוגג נישט קיין מזיד ח"ו מיין קשיא איז,
 
ווי קימט עס אז די וואס גיבען א הכשר אויף פרויזען סטארעבריס זאלן תוך כדי נשימה זאגען "די וועג וואס מען האט געמיינט ביז היינט אז עס רייניגט סטראבעריס איז נישט גיט, אבער מיינע פרויזען מעגסטע יא עסן"  געוואלד!!! אפשר איז יענטץ אויך נישט גוט? די אליינס ביסט דאך יעצט געוואר געווארן אז סטארבעריס האט א פראבלעם!! שטעל זיך אפ!!! טראכט!!!! גיי איבער ביי דיר אפשר איז דארט אויך נישט גוט??!!! פארוואס איז דא אזא גלייכגיליקייט בנוגע די נושא???? מעלד כאטש פארן ציבור, אז די מאכסט בדיקות צי עס איז גוט, כאטש לפנים זאל מען עס טיען????  צאלן מיר נישט געניג געלט פאר א הכשר?? גיב ארויס א הוראה אז ביז מען מאכט נישט זיכער אז פרויזען איז יא גוט זאל מען זיך מנוע זיין פין צי עסן,

די קשיא גייט נאך ווייטער,

1}האט מען בכלל מברר געווען צי פרויזען סטראבעריס איז יא גוט גערייניגט, אויב יא ווען?
ווייל תוך כדי דיבור וואס מען האט געשריבען אז פרישע סטארעבריס איז נישט גוט, האט מען געשריבען אז פרויזען איז יא גוט

2}אויב האט מען מברר געווען אז פרויזען סטעראבריס איז גוט, פארוואס טיילט מען עס נישט מיט מיטען ציבור???
די אופן, ווען, אין ווי אזוי, אין דורוך וועם די בירור איז דורוכגפירט געווארן,

3}אויב האט מען נישט מברר געווען, גייט עס דען נישט אריין אין לפני עיוור לא תתן מכשל???

4}איך טראכט, עס איז נאר מיין אייגענע השערה, אז די סיבה פארוואס מען האט גלייך מתיר געווען פרויזען סטראבריס איז,
וויבאלד פרויזען עסט מער נאר מרוסק, עס איז געווענליך נישט גוט נאר ווען מען מושט עס אויס אין א קעיק אדער געטראנק
אין פינקט ווי מען האט מתיר געווען פרישע סטראבריס אויב עס איז שוין געווען אויסגעמישט געווארן אין א קעיק פין פאר שבת במדבר
וועגן דעם האט מען מתיר געווען פראזעון וויסענדיג אז אויב עס איז ח"ו ווערעמיג ווערט עס סייווי בטל, האט מען זיך נישט געאלט מיט קיין איסור
עס איז מיר אינטערסאנט צי וויסען אויב עס איז דא א ממש אין דעים

אלמלא, איך בין ווען בעה"ב אויף בודק וואלט איך פרייוויליג אראפגענימען פאר צייטווייליג  אלע פרויזען סטעראבריס פין די שעלווס
די הסבר איז פשוט, ווייל למעשה גיי די גאס פארלאנגען ענטפערס צי פרויזען איז יא אויסגעהאלטן, אויב וועט מען ח"ו געוואר ווערן אז עפעס טויג נישט דארט וועט מען אינגאנצן פארלירען די טראסט אין בודק, אין זיי וועלן קענענן אריינגיין אין די גרופ פין מזונות מבין, ענדערש צי זיין אפען מיט די פובליק, אין אקעגן קימען מיט אינפערמאציע, ווי איידער שפעטער דארפן גיין זיך פארענטפערן, צוריק ציבאקימען א טראסט איז זייער שווער אויב עס איז בכלל מעגליך,


----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

די מודעה איז געשריבען געווארן בדרך כבוד,באופן המותר,  אין בתורות שאלה, אויב ווילט איר מגיב זיין, ביטע טוט עס אויף א בכבוד אין ערליכען וועג, אויב זעט איר אז די מודעה איז ח"ו פוגע אין איינעמס כבוד {נישט א ניק} זייט מיר עס ביטע מודיע ברבים כדי איך זאל עס קענענן פארעכטען



תוקן על ידי trant_lott ב- 28/05/2007 3:41:49

allllways » 28/5/2007 04:26

טרענט לאט

דו פרעגסט : "ווי קימט עס אז די וואס גיבען א הכשר אויף פרויזען סטארעבריס זאלן תוך כדי נשימה זאגען "די וועג וואס מען האט געמיינט ביז היינט אז עס רייניגט סטראבעריס איז נישט גיט, אבער מיינע פרויזען מעגסטע יא עסן"  געוואלד!!! אפשר איז יענטץ אויך נישט גוט? די אליינס ביסט דאך יעצט געוואר געווארן אז סטארבעריס האט א פראבלעם!! שטעל זיך אפ!!! טראכט!!!! "

אנשטאט פרעגן די ווערטער בלשון קשיא, זאג דאס בניחותא. און אט אזוי לערן איך אפ פשט. טאקע ווייל די זעלבע רבנים וואס זענען ארויסגעקומען מיט'ן גאנצן שארפקייט און פולקאם געאסרט פרישע סטראבעריס , איז ווען די זעלבע אוסרים שרייבן אז דערווייל זענען די פראזען סטראבעריס "יא" בחזקת כשרות, מאיזה סיבה שהוא. פארוואס זאל איך זיי נישט גלייבן? פארוואס זאל איך נישט טראכטן אז דאס וואס דו שרייסט געוואלד אז זיי זאלן נאכקוקן, האבן זיי טאקע געטון און דעריבער נעמען זיי זיך אויף די פלייצעס צו שרייבן אז עס איז דערווייל בחזקת כשרות? צי טראכסטו טאקע אז די דיינים האבן אזעלכע ברייטע אקסלען און אזא קליינעם פחד פון יענע וועלט אז זיי זאלן ביי זיך באמת האלטן אז די פראזען טאר מען נישט אבער זאלן, צוליב וואטעווער ריזן, שרייבן פאר'ן ציבור אז עס איז מותר? צי טראכסטו טאקע אז זיי שרעקן זיך נישט צו מאכיל זיין דעם עולם מיט די קליינע קריכעדיגע?
איך פארשטיי ננישט פארוואס מיר ווילן זיין פרומער ווי די דיינים?
אפילו עס זאל זיך ארויסשטעלן שפעטער אז מען טאר אויך נישט פראזען, פאלט גארנישט אוועק פון זייער איצטיגן פסק. אויב זיי האבן מברר געווען איצט אז פראזען מעג מען דערויייל, מעג מען פונקט ווי ביי אלע חזקות קענסטו זיין א פרומער און שרייען אז דו טראסט נישט בלויז א חזקה...
און בכלל ווייסטו דאך טאקע נישט אויף וואס זיי האבן זיך פארלאזט צו מתיר זיין פראזען דערווייל (האסט עפעס דערמאנט פון מרוסק, סאו דו פארשטייסט יא אז עס איז דא וואס דן צו זיין), דעריבער וואס ציטערסטו אזוי? אויב וועסטו וויסן אלע דעטאלן פוון די פראצעדורן און אלע סעיפים אין די דאזיגע הלכות, און נאך אלץ וועסטו האלטן אז זיי זענען זיך טועה, וועל איך פארשטיין דייין טענה, אבער איני יודע איז נישט קיין פירכא נאר א "מה נשתנה" פראגע?
די מודעה איז אויך געשריבען געווארן בדרך כבוד ובאופן המותר. איך האף דו פארשטייסט מיין פונקט

trant_lott » 28/5/2007 04:48


 

האסט זייער א גיטע פוינט, אין עס איז איז א גיטער מהלך

כ'וועל דיר אבער מסביר זיין וואס עס האט געפירט צי מיין קשיא

עס איז געווען בילדער אין צעטליך פין אסיפת הרבנים וואס עס איז פארגעקימען בנוגע "פרישע סטעראבריס"
מען האט דארט נישט דן געווען איבער "געפרוירענע סטראבעריס" עכ"פ אזוי זעט עס אויס פין די בילדער אין די צעטליך,
דאס האב איך געוואלט פארשטייען, ממה נפשך האט מען נישט דן געווען איבער "געפרוירענע" פין ווי ווייסט מען אז עס איז גוט, האט מען יא דן געווען, איבער די געפרוירענע שרייב עכ"פ אז מען האט עס געטיען, אויפן זעלבן אופן ווי מען האט געשריבען פאר וואס די פרישע סטרעבריס איז אסור  זאל מען שרייבען פאר וואס די פרויזען סטעראבריס איז מותר, קען זיין אז עס איז באמת מותר, מסתם איז עס טאקע מותר, מ'רעדט דאך פין ערליכע רבנים, איך וויל אבער אז זיי זאלן שרייבען די סיבת ההיתיר אויף די פרויזען סטעראבריס פינקט ווי מען האט געשריבען די סיבות  האיסור אויף די פרישע סטעראבעריס, עס פעלט אויס כדי דער עולם זאל ווייטער האבן קאנפידענץ

אבער נאכאמאל כ'האב קיינמאל נישט געוואלט מערער זיין אויף די רבנים, איך וויל נאר וויסען, ווען אין ווי אזוי די היתר איז ציגעגאנגען



----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

די מודעה איז געשריבען געווארן בדרך כבוד,באופן המותר,  אין בתורות שאלה, אויב ווילט איר מגיב זיין, ביטע טוט עס אויף א בכבוד אין ערליכען וועג, אויב זעט איר אז די מודעה איז ח"ו פוגע אין איינעמס כבוד {נישט א ניק} זייט מיר עס ביטע מודיע ברבים כדי איך זאל עס קענענן פארעכטען



תוקן על ידי trant_lott ב- 28/05/2007 4:49:33

עבדעברי43 » 28/5/2007 05:10

כדי צו פארענטפערן די אויבערמאנטע קשיות. וועל איך נאר אנרירן די זאכען בראש המזלג.

הקדמה קצרה

למשל ביי חלב עכו"ם פת עכו"ם בישול עכו"ם וואס דאס זענען ריכטיגע איסורי דרבנן זענען סיי די או יו און סיי די או קעי מתיר לכתחילה . אהנע פארוואס און פארווען..
דאס איז זייער שיטה . און אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין געזעהן אז די חלב עכו"ם קען זיין א חשש דאורייתא פון חלב טריפה (אפערירטע קיען) גייט זיי אויך נישט אהן .

למעשה די התאחדות האט נישט געוואלט ארויסקומען בכלל מיט א איסור קעגען די סטראבעריס אפילו די פרישע. נאר בע"כ ווייל עטליכע ארגאנאזאציעס זענען ארויסגעקומען . ממילא באין ברירה האבן זיי געמוזט נאכטאנצען מיטן שטראם כדי נישט צו ווערן פון די שוואכע השגחות.

אבער למשל די או יו אדער די סטאר קעי אדער די א קעי וואס אה"נ ביי די אויבען דערמאנטע איסורי דרבנןן זענען זיי מקיל.  אבער ביי נארמאלע איסורי דאורייתא זענען זיי לכאורה מחמיר . ווייל טאמער נישט . וואס איז דעמאלס זייער גאנצע השגחה וד"ל. 
אבער דא ביי די סטראבעריס לאזן זיי נאך אלץ אין אלע זייערע פאבריקן און אויך אין אלע זייערע רעסטוראנטען פארקויפן די מאכלים מיט פרישע סטראבעריס אזוי וויא ביז יעצט. חאטשיג זיי האבען געזעהן די אלע קול קורא'ס .ווייל זיי האלטן נישט אז נאכן וואשן איז דאס ווערעמדיג.

אית וואשען ואית וואשען. עס איז דא מענטשען וואס נאכדעם ווען זיי האבען געוואשן זייערע וועש זענען זיי נאך אלץ נישט ריין וד"ל. וא"א לתת דבריך לשיעורין.

יעצט לענייננו. לאמיתו של דבר האלט די התאחדות אז די דרך וואס מען האט געוואשן די סטראבעריס עד הנה און דאס זעלבע אזוי וויא די קאמפאני וואס וואשט פאר בודק  איז יא גוט (בודק האט נישט קיין  מאנעפעקטירונג קאמפאני . זיי קויפן דאס ביי א גויישע קאמפאני וואס וואשט סטראבעריס פאר א סאך קאמפאניס) .
נאר אזוי וויא אלע ארגעזאציעס פון די חסידישע זענען ארויס קעגען די פרישע האבען זיי געמוזט בעל כרחך ענטפערן אמן.
אבער אזוי וויא די ארגענעזאציעס זענען סוף כל סוף ביז דערווייל נאך נישט ארויסגעקומען אפען קעגן די פראזען. האט די התאחדות געקענט און געמוזט באשיצען בודק  ווייל אז נישט ווערט רואינירט גאנץ בודק.

למעשה ולאמיתו של דבר. האלטן אלע רבנים המכשירים אז די בודק פראזען איז דאס זעלבע וויא די פרישע נאכן אפוואשען. און (איך קען נישט ארויסשרייבן נעמען ווייל איך האב צוגעזאגט פאר די רבנים אז איך וועל נישט דערמאנען זייערע נעמען)
און זיי לאזען נישט נוצען אין זייערע פראדוקטן אוןו אין זייערע רעסטוראנטען. נישט די פרישע און נישט די בודק . און די וואס לאזן נוצען בודק בדיעבד . לאזן אויך בדיעבד נוצן געוואשענע אין סטאר אדער אינדערהיים..

ווייטער ווען מען זאל פרעגען א שאלה ביי א מורה הוראה ווען איינער וויל עסן סטראבעריס . וועלכעס זאל ער ענדערש עסן. איז די תשובה א קלארע אז טאמער ער וויל דוקא עסן. זאל ער ענדערש עסן בודק ווייל למעשה איז דאס נישט געאסערט געווארן פון רבנים און למעשה אזוי וויא יענער זאגט שעשה ברשות בי"ד מען וועט שמייסן די התאחדות .

אבער ווען מען פרעגט א רב המכשיר אדער איינער פון די רבנים פון די מיטינגען וועט ער זאגען אז בודק איז דאס זעלבע אזוי וויא אינדערהיים נאכן וואשען. און די רעסטוראנטען זאלן נוצען פעירמאנט וואס דאס האט א גוטע חזקה. און אויך אין די קעיקס זאל מען נוצען פעירמאנט.   און ליתר שאת ווער עס וויל מחמיר זיין זאל עס זיין מרוסק אויס ברי' .

trant_lott » 28/5/2007 05:39




אבי געשאסן דברים של הבל

איך וועל אים נאר אפווענדן  בקצי המזלג כדי נישט נכשל צי ווערן מיטען אל תענה

ווער זאגט אז התאחדות האט נישט געוואלט אסר'ן די פרישע סטעראבעריס,??  אטו ברשעי עסקינן ח"ו???
מען רעדט דאך דא פין תלמידי חכמים, גיבען זיין דען א הכשר דערויף אז זיי זאלען אפילו האבן א נגיעה דערביי, ??

צי זאגען אז התאחדות האט נישט געוואלט גיבען קיין איסור אויף פרישע סטעראבעריס, איז אבי געשאסן פין א קל הדעת וואס ווייזט נישט מבחין צי בין רע לטוב, אין בין יום ולילה, ער איז מוציא לעז אויף ת"ח אין ווער עס שרייבט אזוינע שקרים איז א חוטיא ומחטיא את הרבים, עס מאכט נישט קיין סענעס, עס איז אומ'שכל'דיג אין עס איז זיכער א פרעכע שקר, עס גייט אריין אין די איסור פין לשה"ר עס צי גלייבען

איך בין נישט דא צי קאווערן התאחדות, איך קען אבער נישט דערליידען ווען איינער נעמט זיך שיסען ווערטער וואס יעדער בר דעת פארשטייט אז עס איז נישט אמת, די סיבה פארוואס ער שרייבט עס דא, איז ווייל אין ביהמ"ד צווישען מענטשן איז א בושה אזוי צי רעדן

----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

די מודעה איז געשריבען געווארן בדרך כבוד,באופן המותר, , אויב ווילט איר מגיב זיין, ביטע טוט עס אויף א בכבוד אין ערליכען וועג, אויב זעט איר אז די מודעה איז ח"ו פוגע אין איינעמס כבוד {נישט א ניק} זייט מיר עס ביטע מודיע ברבים כדי איך זאל עס קענענן פארעכטען



תוקן על ידי trant_lott ב- 28/05/2007 5:41:59

allllways » 28/5/2007 05:44

עבד

הייסט עס אז דאס וואס די דיינים האבן געשריבן, אויסער התאחדות, אז ביי פראזען נוצן די קאמפאניס שטארקע וועגן וויאזוי זיי צו רייניגן פון ווערים, איז פשוט ליגנט.
איז נאכאמאל, זיי ווייסן קלאר אז באמת איז עס פונקט אזוי ווי פרישע, אבער זיי שרייבן סתם שקר אז זיי זענען דערווייל בחזקת כשרות צוליב דעם אנגעבליכן טעם ווייל מ'נוצט דארט שטארקערע מיטלען וויאזוי צו רייניגן? איי דאנט ביי איט. פיריאד

און דאס איז קלאר ליגנט וואס דו שרייבסט אז "למעשה ולאמיתו של דבר האלטן אלע רבנים המכשירים אז די בודק פראזען איז דאס זעלבע וויא די פרישע נאכן אפוואשען." און "אז יעדער בעל מכשיר וועט דיר זאגן אז די פראזען איז פונקט ווי אינדערהיים נאכ'ן וואשן."
 אדרבא, רופטס אן די דיינים, איך האב געהערט אז מ'דארף נאך דן זיין פונקטליך וואס דער סיסטעם איז ביי פראזען.
און נאכאמאל, איך האלט נישט אז ווען די רבנים ודיינים וואלטן טאקע געהאלטן אז פרישע און פראזען איז דער זעלבער חשש, וואלטן זיי מיט א קאלטקייט געשריבן און געלאזט דערווייל דעם עולם עסן די זעקס לאווין'דיגע קריכעדיגע. ווייל אויב איז יא אזוי דער מצב, זע איך נישט וואס מ'האט אזוי איבערגעדרייט א וועלט איבער הרב פינקל...

trant_lott » 28/5/2007 05:48


אלוועיס, מיט וועם גייסטו דען דא אריין אין א דיסקאשען??
זיין ערשטע האלבע תגובה פארשטייסטו דען יא???

_________________

עבדעברי43 » 28/5/2007 06:58

נאכאמאל. די אסיפה וועגן די סטראבעריס איז פארגעקומען דאנערשטאג במדבר ער"ח סיון דהאי שתא תשס"ז

די בריוו פון וועד משמרת הכשרות שע"י קהל יטב לב דסאטמאר(חסידי כ"ק מהר"א) איז דאטירט ר"ח סיון . עס שטייט א) מען טאר נישט עסן קיין פרישע סטראבעריס.

אין סעיף ג שטייט אז אויב מען קעס נישט ארויסנעמען פון א מאכל יש מקום להקל.

אין סעיף ד שטייט אז פארפרוירענע איז בחזקת כשרות.  (ליינט מיט קאפ) נישט אז עס איז כשר ויאכלו ענוים וישבעו . "נאר אז עס איז בחזקת כשרות".



אין צווייטן בריוו פון הרב ברוך ט"ב שליט"א פון קרית יואל וועד הכשרות  שטייט סעיף ד אז די געפרורענע סטראבעריס . עדיין הם בכשרותם.
און ער איז נאך נישט פערטיג. ער שרייבט אז זיי האלטן נאך אינמיטן מברר זיין צו די וואשען אין די פעקטארי איז בעסער אדער ערגער אדער דאס זעלבע וויא דערהיים וואשן אבער ביז דערווייל האט דאס נאך אלץ א חזקת כשרות.
שטייט קלאר אז מען האט נאך נישט מברר געווען אויב עס איז בעסער.
(אבער די רבנים וואס זענען שוין געווען אין פאבריק ווייסן בברור אז עס איז בכלל נישט בעסער נאר ערגער דאס וואשען)
דער בריוו איז אויך דאטירט ר"ח סיון דעם זעלבען טאג.
הרב וויסמאנדל שליט"א שרייבט גארנישט וועגן די געפרוירענע און ער שרייבט נאר חייב למנוע. וד"ל

דער סקווערער בי"ד איז מדקדק ארויסצושרייבן קליפ און קלאר אז נאר די פראזען סטראבעריס (פעירמאנט" ) וואס איז אונטער זייער השגחה דאס איז כשר און נישט בודק

מאגרובער רב שליט"א ברענגט גארנישט אז די פראזען מעג מען עסן בכלל.

און הרב מנחם פישער שרייבט קלאר ארויס

  אז די פראזען סטראבעריס טאר א בעל נפש נישט עסן 


 .די התאחדות בריוו איז ארויסגעקומען די לעצטע. נישט ר"ח נאר גאר ג סיון כהדין גרמיזא הבא באחרונה.  און זיי שרייבען נישט אז מען טאר נישט נוצען פרישע סטראבעריס . זיי שרייבן נאר
מען זאל נישט נוצען. נישט קיין איסור דאורייתא און אויך נישט קיין איסור דרבנן נאר סתם מען זאל נישט נוצען .
כיון שראו הנשיאים אז אלעס איז שוין געווען פערטיג זענען זיי אויך נאכגעשלעפט געווארן והנשאם כתיב.

אונטערשטע שורה . אלע אויסער די התאחדות האבען מודה געווען אז עס דארף נאך א בירור וועגען די געפרורענע סטראבעריס.
אלע אויסער די התאחדות זענען גלייך ארויסגעקומען ר"ח סיון נישט ג' סיון.
דער סאטמארער בי"ד איז נאך עד היום נישט ארויסגעקומען לא לאיסור ולא להיתר.

עבדעברי43 » 28/5/2007 07:07

אדרבה ווער עס וויל זאל אריינגיין אין סיי ועלכע רעסטוראנט אדער בעקעריי וואס האט די הכשר פון חשובע רבנים למשל דער טארטיקאווער אדער מאגרובער וכדומה וועט ער געוואיר ווערן אז ער לאזט נישט נוצען נישט פרישע און נישט בודק ווייל דאס איז היינו הך.. נאכדעם וואס מען איז  געוואיר געווארן א נייעס אז די וועג פון קלינען מיט זייף וואסער און רייבן איז גארנישט ווערט געווען. איז די סיסטעם פון בודק אויך גארנישט ווערט כמובן לכל בר דעת.
מען האט דאך ביז יעצט נישט געווייסט אז אפוואשן מיט זייף וואסער העלפט נישט און אוודאי האט מען נישט געוויסט אז דער סיסטעם פון בודק טויג נישט

allllways » 28/5/2007 07:14

עבד

דו שרייבסט:
"אין סעיף ד שטייט אז פארפרוירענע איז בחזקת כשרות.  (ליינט מיט קאפ) נישט אז עס איז כשר ויאכלו ענוים וישבעו . "נאר אז עס איז בחזקת כשרות". "
יעצט אפילו אן צולייגן קאפ ווייס איך אז ווען איינער שרייבט אויף אן עסן אז עס איז "בחזקת כשרות" , מיינט דאס אז איך מעג דאס לכתחילה ארייננעמען אין מויל, קייען און אראפשלינגען. אפילו עס שטייט נישט ויאכלו ענוים וישבעו. איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון עפעס וואס איין פאראגראף שטייט אויף די זעלבע מאכל, נאר פרישערהייט, זאל מען גענצליך נישט עסן אויף קיין שום פאל.

איצט א טרוקענע שאלה: ביי א ספק איסור דאורייתא גייט מען לקולא אדער לחומרא?
אויב לחומרא פארשטיי איך נישט פארוואס זיי האבן נישט געשריבן אז דערווייל זאל מען נישט עסן, ביז מ'וועט מברר זיין אויף די פראזען צי גוט אדער נישט. זיי האבן דאך געאסרט סטראבעריס, וואלטן זיי דאך עטליסט געקענט שווייגן און בכלל נישט דערמאנען פראזען, און קיינער וואלט נישט געגעסן. אבער ניין! דער וועד הכשרות דק"י האט געזען פאר וויכטיג צוצולייגן אז פראזען איז "יא" בחזקת כשרות דערווייל, און דאס מיינט ביי מיר אז יאכלו ענוים וישבעו.

און נאך אלעם האט "קיינער" נישט געשריבן אז מ'זאל נישט עסן פראזען. אויסער מנחם פישער, וואס איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז נאר א "בעל נפש" זאל נישט עסן קיין שרצים...

עכ"פ, אויב דו ביסט יא אזוי זיכער איבערצייגט אז פראזען איז נישט גוט, ביטע רוף אן די אלע דיינים און קלער זיי אויף, וויילל אויב נישט ביסטו עתיד ליתן את הדין.

אגב עבד, איך מיין גארנישט פערזענליך, נאר איך האב בטבע נישט ליב קיין עקסטרעמע...

עבדעברי43 » 28/5/2007 08:00

ידידי אהובי יקירי המכנה עצמו כאן "אללוועיס" הי"ו
איך זעה פון דיי שרייבן אז דו מיינסט ח"ו נישט לקנטר . דו מיינסט עס ערענסט.

יעצט וועל איך דיר ענטפערען. אז איך האב טאקע אנגעקאלט די דיינים און רבנים עס איז דא וואס האלטן . אז מען קען יא אפוואשן פרישע סטראבעריס גוט אז עס זאל נישט זיין קיין שרצים. והא ראיה אז "פעירמאנט" האט נישט קיין שרצים"  נאר מען קען נישט געבען כל אחד תורתו בידו. יעדער וועט זאגען אז ער וואשט גוט אפ און משום לא פלוג שלא יאמרו (פסחים לז) כל הסריקין אסורין וסריקי בייתוס מותרין . האט מען געמאכט אז קיינער זאל נישט טארן אפוואשען. .
און די האלטן טאקע אז בודק איז גוט ובתוכם די התאחדות. או דו מעגסט זיכער עסן ווייל אין לך אלא בי"ד שבימיך.
און אזוי האלטן אויך די רבנים פון די או יו און או קעי און סטאר קעי צווישן זיי היבש בני תורה.

ווידער אום איז דא עקסטרעמע וואס האלטן אז מען קען בשום אופן נישט אפוואשען און די פרישע סטראבעריס זענען מדינא אסור נישט משום לא פלוג. און זיי האלטן טאקע אז בודק איז אויך אסור. וועגען דעם לאזען זיי נישט אריין אין זייערע רעסטוראנטען אדער בעקעריס ניטאמאל בודק אויך נישט.
דאס זעלבע בחינה איז מיט די ניו יארקער וואסער . עס איז דא וואס האלטן אז חאטשיג דאס וואסער איז שוין הונדערט יאר אזוי. דאך יעצט ווען מען איז געוואר געווארן אז עס איז ווערעמדיג . טאר מען נישט טרינקן נאר מיט א פילטער. לעומת זה איז דא וואס טרינקן און נוצען דאס וואסער אהן א פילטער אזוי וויא מען האט ביז היינט גענוצט. וויא הרה"ג רח"ד כץ וכדומה.
איך האב געהערט פון הגאון ר"ח גאלדצווייג שליט"א פון טשיקאגא אז ער לאכט זיך אויס פון די גאנצע ענין פון די ווערעם אין די וואסער. ווייל ער האט אליין געהערט פון הגאון ר"מ פיינשטיין ז"ל אז דאס איז גארנישט . נאר ער וויל נישט ארויסקומען להיתר ווייל ער וויל נישט אנהויבען מיט די משוגעים.
דאס זעלבע איז מיט די מעל . זייער א סאך רבנים בפרט רבני ארה"ק און יוראפ האלטן קלאר אז טאמער מען זופט נישט מעהל עסט מען זיכער ווערעם. און דאהי אין וויליאמסבורג און בארא פארק. רוב בעקערייען אפילו מיט די הכשר פון די התאחדות זופען בכלל נישט קיין מעהל. און אדרבה די סאטמארע בי"ד האט געמאכט א תקנה אין זייערע זאלען זאל מען נישט אריינלאזן ביי א שמחה היימישע קעיק וואס איז געמאכט געווארן פון געזופטע מעהל. נאר דוקא פון בעקעריס אפילו מען זופט דארט נישט די מעהל.

און בכלל עס שטייט אין דרכי חיים . אז דער הייליגער דברי חיים צאנזער רב זי"ע האט מקפיד געווען נישט צוטרינקן וואסער פון צאנז נאר וואס ער האט געזייט מיט א שמאטע. זעהט אויס אז אין צאנז איז געווען א חשש תולעים אין וואסער. אבער דעם גאנצען עולם חסידים ואנשי מעשה האט ער געלאזט טרינקן סתם וואסער. ער האט זיי נישט געהייסן זייען דאס וואסער. . און טאמער דאס איז א חשש איסור דאורייתא וואלט ער זיכער נישט געלאזט דעם עולם טרינקען אומגעזייט..
 
אגב איך אינפארמיר נאר דעם עולםוואס וויל וויסן איך פאסקע נישט און איך זאג נישט קיין מיינונג להלכה

איך וויל נישט אריינגיין אין די הלכה פון תולעים הנמצאים בפירות. "יא פירוש" אדער "נישט פירוש" נראה לעינים אדער אינו נראה לעינים . מרוסק אדער אינו מרוסק.
נאר נאכאמאל אז דו ווילסט דיך פארלאזן אויף די התאחדות און דו ווילסט עסן בודק קענסטו רוהיג עסן בודק . אזוי וויא די בעקערי קעיק פון נישט געזופטע מעהל. וכדומה.

דאס וואס דו ברענגסט פון וועד הכשרות דקרית יואל.  זיי שרייבן בפירוש אז זיי דארפן נאך מברר זייןו אויב די פראזען האט א גוטן סיסטעם . דאך האבען זיי נישט געהייסן ביזדערווייל נישט עסן.

עבדעברי43 » 28/5/2007 21:20

ידידיי . האט עטץ שוין אמאל געהערט אז א מענטש זאגט עדות אויף זיך אליין און דער עולם נעמט דאס אהן.

איינער זאגט עדות אז ער וואשט יא גוט סטראבעריס.

התאחדות זאגט אליין עדות אז זייער הכשר אויף בודק איז זייער גוט

בודק זאגט אליינס עדות אז זיי לאזן נישט אריין ווערעם.

און דא קומט א הכחשה פון קארלסבורגער בי"ד בראשות הגאב"ד שליט"א וויא זיי שרייבן בפירוש אין סעיף ב. אז די פראזען איז אונטער דעם זעלבן חשש . און ביז מען וועט מברר זיין קען מען דאס נישט עסן.
נאך מער שרייבען זיי אז ביי די פרישע קען מען עס אפשיילן משא"כ ביי די געפרוריענע העלפט דאס אויך נישט.
קומט צו גיין די התאחדות אליין און זאגען אליין עדות אויף זייערע אייגענע ביזנעס אז דאס איז זייער גוט געשטעלט .
 
פון היינט מאל אהן. זאל שוין נישט זיין אפילו ביי די גויישע וועלט להבדיל קיין קאנסומערס רעפארט.  נאר יעדער קאנסומער מיט זיינע מענעדזשערס זאלן אליין שרייבן אויף זיך דאס שענסטע און און דאס בעסטע.
.די משנה זאגט אין מס' כתובות כ"ז ע"ב .  אמר רבי זכרי' בן הקצב וכו' אמרו לו אין אדם מעיד על עצמו.  נאכדעם וואס דער הייליגער תנא א-לקי שווערט אין ביהמ"ק המעון הזה. דאך איז ער נישט באגלייבט נישט נאר פאר א צווייטן נאר אפילו פאר זיך אליין אויך נישט.

מען דארף מער נישט האבען קיין בדחנים ביי קיין חתונות. נאר יעדער מחותן זאל זיך אליין אויפשטעלען און זיך אליין אויסגראמען. און זיך אליין אויסרימען.  ער דארף נאך צולייגן אז יענער איז גארנישט נאר איך בין דאס אויבערשטע פון שטייסעל.

התאחדות מיט גארטענהויז וואס צוזאמען וואשען זיי פירות וירקות ביי פארשידענע קאמפאניס . וואס איך טאר נישט ארויסשרייבן די נעמען פון די קאמפאניס (ביזנעס סיקרעט מוראה של מלכות) זאגן אליין אז נאר אונזערע איז גוט. אזוי וויא ביז יעצט ביי די בראקלי.

trueonly2 » 29/5/2007 03:30

עבד, דאכט זיך אז איך האב יא געזעהן א צעטל דערוועגן פון ועד הכשרות דקיט"ל דסאטמאר וויליאמסבורג

[אגב, נישט "יא פירוש" אדער "נישט פירוש", נאר "יא פירש" אדער "נישט פירש".  תלמיד חכם צריך שילמוד ג' דברים: כתב... (חולין ט:)]

שלוםשטוב » 29/5/2007 06:56

עבד,
ווי שטייט דאס אין דרכי חיים??? איך מיין אז עס איז נישטא אזא זאך דארט. עס איז דא תשובה קיין אומאן ווי ער אסר'ט די וואסער דארט ווייל אפילו נאכען זיפען האט מען געטראפען ווערעם, און ער זאגט דארט אז מען זאל גיין אין אן אנדער שטאט.

תולעים איז אסור, פארפאלען, די היתירים זענען נישט קיין היתירים וואס מען דריקט און שרייבט, טאמער יא זעהט מען ווי אראפ פין די נארמאלע ליניע די היתירים זענען, קיינמאל האט מען נישט מקיל געווען נישט לכתחילה צו זיפען מעהל, נאר דאהי אין אמעריקא ווייל די מעהל האט נישט געהאט קיין ווערים ביז היינט.

וואסער האט ווערים, דערווייל ביזען היינטיגען טאג, האב איך דער כותב פין די שורות נישט געזעהן קיין היתר אויף דעם וואס זאל מאכען סענס. (חוץ דער היתר פין עבר ושנה).

די סטראבעריס האבען ווערעם, און זיי זענען קלאר נראה לעינים, איינער וואס זאגט אז נישט, פאפט זיך, די סטראבעריס זענען אסור בתכלית האיסור, די וואס מאכען אוועק דעם איסור דארך בעלבתישע תירוצים (ווי צ.ב.ש. התאחדות הרעבנים), זענען עתיד ליתן את הדין.

רבותי, עס איז כדאי אז יעדע זאל זיך אננעמען ביי זיך אין שטוב אנהייבען זיפען מעהל מיט א פיפציג אדער זיביצעג מעש, פראבירען נישט צו עסען זאכען פין בעקערייען וואס זיפען נישט.

"אלע" בעקערייען זיפען נישט חוץ ווייס בעקערי.

קארען בעקעריי זיפט נאר די מעהל פאר חלות און בילקעס. בייגעל זיפט האלב די מעהל, אבער עס איז נישט דא קיין כלל וואס גייט פאר וואס (אנדרעש ווי קארן וואס חלות און בילקעס זענען געזופט).


זייטס מקבל מער נישט צו עסען קיין סטראבעריס, אפילו די קלי הדעת ווילען נישט מודה זיין, מיט יעדער פרישה איז מען זיך קונה עולם הבא.

_________________

עבדעברי43 » 29/5/2007 08:52

די ענין פון דברי חיים שטייט קלאר אין דרכי חיים . און אין ספר אוצר החיים רבי יוסף דוד ווייסבערג סימן קסא און ער ברענגט דארטן אין די הערות אז דאס איז וועגן חשש תולעים.
איך האב ח"ו נישט געשריבן אז די סטראבעריס מתולעים זענען מותר . איך פארענטפער נאר די התאחדות לשיטתם מיט זייערע בודק סטראבעריס.
און מיט די וואסער איז דא רבנים מתירים ובתוכם הרה"ג רח"ד כץ שליט"א. .
און היינט ביסגטו מודה אז אפשר איז דא ווערעם אין מעהל. בפרט זומער . אבער ביסט אויך מודה אז די התאחדות בעקערייען זיפען נישט דו מעהל. נו! וואס ווילסטו. אז דו האסט טענות פרעג דעם שרייבער "טראנט-לאט" זאל ער דיר פארענטפערן.

לכבוד טראו אניל 2 . דאס צעטל פון וועד הכשרות. דאס איז די וויליאמסבורג סאטמאר (חסידי אדמו"ר מהר"א שליט"א) אזוי וויא איך האב שוין איינמאל ערווענט. נישט פון די וויליאמסבורגער סאטמארע (חסידי מהרז"ל) .
וועגען דעם טעות פירש אדער פירוש ביסטו גערעכט. אבער די פוסקים נוצען א סאך מאל די אויסלייג פריש נישט פירש. עיין ב"ח יו"ד סימן פ"ד בשם הב"י . ועיין בסימן ל"ו גבי מורנא בריאה. לאחר שחיטה פריש. וכן גבי תולע במח בסימן לא בטו"ז. ודו"ק כי קצרתי. וטעות לעולם חוזר

Baachi » 29/5/2007 15:47

לכבוד ידידי היקרים חברי הפארום הנכבד העוסקים לפרש מצוות פרישה  מתולעים ושרצים ורמשים וחרקים שפירשו וכל פירושיה, כל אחד בשמו הטוב יבורך   

בנוגע פארלאזן זיך אויף די אלע צעטלעך

בגמרא יבמות דף כ"א: פון יענע וואך דאנערשטיג (למספרם)

אמר ליה רב הלל לרב אשי לדידי חזיא לי שניות מר בריה דרבנא וכתיבן שיתסרי לאיסורא מאי לאו תמני דמתניתא ושית דבי רבי חייא והנך תרתי הא שיתסרי ולטעמיך שיבסרי הויין דהא איכא אשת אחי האם מן האם דפשטינן לאיסורא, הא לא קשיא

הנך תרתי דדמיין להדדי כחדא חשיב להו והא שיתסרי והא מכל מקום לדידי חזיין לן דכתיבן לאיסורא אמר ליה וליטעמיך אי הוה כתיב להיתירא מי הוות סמכת עלייהו דמר בריה דרבנא מי חתים עלייהו השתא נמי דכתיב לאיסורא לאו מר בריה דרבנא חתים עלייהו 


דער שפע חיים זצ"ל פלעגט זיין מרגלא בפומיה אז מהייבט אהן מיט אשר התרת אסרתי ענדיגט מען מיט אשר אסרת התרתי. 


בענין דאס וואסער אין די שטאט, שמעתי גם אז הרב ר' שרגא האגער שליט"א איז אויך מתיר דאס וואסער, ווייל ער זעהט נישט קיין שרצים. 

אבער איך האב אויך געהערט אז ער האט אפראבלעם מיט זעהן קליינע כתמים... פשוט ער זעהט נישט גוט.
צופעליג אין די קליינע אותיות האב איך געהערט זעהט ער יא גאנץ גוט.
 
  

findodort » 30/5/2007 01:31

אבער איך האב אויך געהערט אז ער האט אפראבלעם מיט זעהן קליינע כתמים... פשוט ער זעהט נישט גוט.

איך ווייס פארא פאקט אז ביז א גריס איז ער טאקע מתיר

אבימלעבט » 30/5/2007 01:35

מען מישט דא אויס כתמים מיט בדיקות.

findodort » 30/5/2007 02:03

נעם א דשאק.
באטשי האט געשריבן  כתמים

אבימלעבט » 30/5/2007 02:37

סליחה. די האסט געשריבען אהן טראפען. האסט געדארפט צו שרייבען LOL !

תוקן על ידי אבימלעבט ב- 30/05/2007 2:34:23