היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שניידן די נעגל היינט מיטוואך

שניידן די נעגל היינט מיטוואך

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2207898

EMT » 16/5/2007 22:29

אזוי ווי מארגן איז דאנערשטאג, און ערב שבת איז ראש חודש ווען מ'קען זיך נישט שערן די נעגל, דעריבער איז ראטזאם זיך שערן היינט, נישט אריינצוגיין צום שבת מיט גרויסע נעגל.

טאמעטא » 17/5/2007 18:51

emt האסט א טעות די הלכה איז אז אויב מען שנייד די נעגל א יעדע וואך פרייטאג מען מען שניידן פרייטאג ראש חודש

EMT » 17/5/2007 19:51

יישר כח פאר מעורר זיין.

ידעתי בני ידעתי, אבער דאס איז טאקע נאר אויב משניידט זיך "יעדע וואך" בקביעות.

פארלעסליך » 18/5/2007 03:13

אפילו מען שניידט בקביעות איעדע 2טע וואך און יעצט געפאלט אויס די 2טע וואך, מעג מען אויך.

אגב, די אליה רבא האלט אז ענדערש צו שניידן דאנערשטאג ווי מיטוואך, ער זאגט אז אויב שניידט מען מיטוואך אפילו עס הויבט אן צו וואקסען בעפאר שבת איז נאך א גרעסערע זילותא דשבת ליכנס בו כשהוא מנוול.