היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 70'טע הילולא של הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע

70'טע הילולא של הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2207783

יוםטוב123 » 16/5/2007 18:24

70'טע יומא דהילולא של הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע ועכ"י

דעם שבת קודש פרשת במדבר פאלט אויס דעם 70'טע יארצייט פון הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע ועכ"י. אין מונקאטש גרייט מען זיך צו פראווען א גרויסער שבת אין בארא פארק ביים מונקאטשער רבי'ן שליט"א. דער צענטראלער יארצייט סעודה וועט פארקומען שבת נאכמיטאג אום 6:00 אינ'ם מונקאטש'ער ביהמ"ד אויף 14 און 47.

שלמה_שמש1 » 16/5/2007 22:24

אז מען רעדט שוין פון מונקאטש, קען אפשר איינער פארשאפן די באקאנטע קליפ פון די גרויסע מונקאטשע חתונה?
איך האב חשק דאס צו זעהן.
אויב עס איז דא א לינק דערצו ביטע לייגט דאס צו צי דעם אשכול.
יישר כח ותזכו למצות

בראשית_ברא » 17/5/2007 03:02

לשמוע קול חוצב להבות אש של ה"מנחת אלעזר" זי"ע בדברו ליהדות אמריקא:

http://video.google.com/videoplay?docid=-4554313189985374749&q=Munkatcher