דער סאטמערער רבי שליט"א האט גערעדט ברבים פאר טויזענטער מענטשן ביים דינער היסוד למוסדות יטב לב בארץ ישראל, (בוני ירושלים) און בתוך דבריו האט ער געזאגט:
איך וויל בעטן דעם עולם, אז מ'זאל נישט מיטקומען מיט די נסיעה קיין ארץ ישראל. מ'דארף נישט קיין פרסום און קיין פלאקאטן. מ'איז ב"ה געפארן קיין בני ברק אן פרסום, מ'איז געפארן קיין לאנדאן אן פרסום, און איך וויל אי"ה פארן קיין ירושלים אויך אן אן פרסום. עס איז מיר גענוג אז עס קומען מיט בלויז 25 מענטשן...
ער האט נישט געזאגט וועלכע 25 ער וויל יא.
דערנאך האט דער רבי מוחה געווען אויף די וואס זענען געפארן ל"ג בעומר קיין מירון און געגאנגען אויף טוריזם איבער אלע ערטער אין ארץ ישראל, ועאכו"כ ביים מערת המכפלה, קבר רחל, אדער דעם כותל.
דער רבי האט נאכגעזאגט שטיקלעך על הגאולה איבער דעם, און געגעבן אנצוהערן זיין חות דעת קדשו, אז אויב איינער וויל נישט פארן נאר קיין מירון זיך אויסבעטן, זאל ער בלייבן דא און בשום אופן נישט פארן קיין ארץ ישראל, ווי די פירצות און נסיונות זענען גרויס.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 17/05/2007 1:03:28