מיט גרויס צער האבן חסידי סאטמאר באגלייט דעם חשובן נפטר הרב החסיד רבי שלום נחמן פילאפף ז"ל, וואס איז אוועק נאכן ליידן יסורים אין די ביטערער מחלה די לעצטע צייט.
די לויס איז פארגעקומען קודם בבית המדרש ראדני דערנאך בבית המדרש הגדול סאטמאר הופפער סט., מען האט נישט מספיד געווען על פי צוואת הנפטר כפי המנהג דזיקוב.
ת.נ.צ.ב.ה.
איך מיין די גע'גנב'טע בית המדרש אויף ראדני.
סוועט נאך קומען א צייט וואס די טרואנלי מיט דיינע זאלי חברים וועלן נישט אריין טרעטן אין די בית מדרש הגדול ראדני
_________________
שורשנגח, געגנבט?? ווער? ווען? פון וועם?
מר. פאטאקי08, דו מיינסט זיכער ווען עס גייט פארטיג ווערן די נייע בית המדרש אויף ראסס סט.
ווער געגנבעט?
דער וואס פארשטייט ישר והפוך מיט גרויס בקיאות און חריפות די פאפלאנטערטע פארצווייגטע טיפע סוגיא פון "תהליכות הקהלה". וואס זייט קבלת התורה מסיני איז נאך נישט געווען אזא מומחה אין דעם סוגיא.
למשל קהל קראסנא, זענען דאך געווען פושעים גמורים ווען זיי זענען געגאנגען צו א דרויסנדיגע בי"ד. אדער קהל באבוב זענען דאך ממש מומרים להכעיס פארן עובר זיין אויפן הארבן חטא פון תהלוכת הקהלה אין גיין צו א זבל"א...